====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2012. ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

נאָכוואָרט

דאָס װאָס איר װעט דאָ אונטן לײענען
איז אָנגעשריבן געװאָרן מיט אַן ערך 4 יאָר צוריק (אין יאָר 2007),
ניט לאַנג נאָך דעם װי דאָס טאָג-בוך איז אָנגעקומען צו מײַנע 
הענט,
און איך האָב געענדיקט צונױפֿשטעלן די פּרעלימינאַרע אױסצוגן
און אינפֿאָרמאַציעס אַרום דעם טרײַע
נגל-פֿאַבריק פֿײַער פֿון 1911
מיט די געשעענישן װאָס װערן דערמאָנט אינעם טאָג-בוך.

 - לײבל באָטװיניק, דער צוזאַמענשטעלער פֿון די מאַטעריאַלן,

 פֿעברואַר, 2012 – שבֿט, ה'תשע"ב (ישֹראל)

=====================================================================

20. אַ וואָרט נאָך – פון דעם צוזאַמענשטעלער

מיר געפֿינען זיך האַרט פֿאַר דעם פֿאַרעפֿנטלעכן די אָנגעזאַמלטע און באַאַרבעטע מאַטעריאַלן, און מײן געװיסן לאָזט מיך ניט צורו, און כ'פֿיל אַז איך מוז צוגעבן די דאָזיקע עטלעכע שורות, למען האמת און היושר.

נאָך שװערע איבער צװײ יאָר אַרבעט פֿון צוזאַמענשטעלן, פֿאָרשן, און באַאַרבעטן דעם פּאַסטעכס מאַטעריאַל, האָב איך געמײנט, אַז איך האָב מער אָדער װײניקער געענדיקט מײַן אַלײן-אָנגענומענער "שליחות" פֿון אַרױסברענגען פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט די ביז-אַהער אומבאַקאַנטע געשיכטע פֿון דעם פּאַסטעך און די 29 געראַטעװעטע מיידלעך פֿון דעם טרײַענגל-פֿײַער.

אמת, דער לײענער װעט אפֿשר געפֿינען אין די מאַטעריאַלן געװיסע קוריאָזן, אפֿשר אומפּינקטלעכקײטן און אפֿשר אַפֿילו סטירות. אַװדאי און אַװדאי קען (און מסתּמא װעט) די מאַטעריאַל אױפֿװעקן אַ סך פֿראַגעס װעגן דעם פּאַסטעך – װער ער איז, און װאָס איז דער װײַטערדיקער גורל פֿון די מײדלעך (איצט שױן ניט קײן מײדלעך נאָר חתונה-געהאַטע, און מאַמעס – און אַפֿילו באָבעס געװאָרענע). אַ טײל פֿון די ענטפֿערס דערױף האָב איך געמוזט צוליב פֿאַרשײדענע סיבות צוריקהאַלטן פֿון פֿאַרעפֿנטלעכן, אָבער צו אַנדערע פֿראַגעס האָב איך אַלײן ניט קײן ענטפֿערס.

װאָס אָבער יאָ, די דערצײלונג איז מער אָדער װײניקער דערגאַנצט, מיט גאָר אַ מינימום פֿון אָפֿענע, ניט פֿאַרענטפֿערטע ענינים. אַנדערש געזאָגט, די מאַטעריאַל איז מער אָדער װײניקער גאַנץ, און מע קען עס אַדורכקוקן, און מער אָדער װײניקער עס דערנאָך אַװעקלײגן, פֿאַרגעסן װעגן דעם, און זיך רואיק לײגן שלאָפֿן... אַזױ האָב איך געמײנט...

איך פֿיל אַז עס איז מײַן פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט זיך צו טײלן מיט אײַך מיט דעם פֿאָלגנדיקן טעלעפֿאָן-שמועס װאָס איז פֿאָרגעקומען ערשט מיט עטלעכע טעג צוריק. איך האָב געהאַלטן פֿאַר נײטיק אײַך, דעם חשובֿן לײענער, צו אינפֿאָרמירן, און איר װעט שױן אַלײן פּסקענען צי איך האָב רעכט געטאָן אײַך דאָס איבערצוגעבן.

20.1 דער טעלעפאָן-אָפּרוף

– "גוט מאָרגן, צי איז דאָס דער חשובֿער צוזאַמענשטעלער פֿון דעם בוך דער פּאַסטעך?" רופֿט זיך אָפּ צו מיר אַן אײדל, אָבער זיכערער קול פֿון אַ מאַנסביל.

– "יאָ, דאָס בין איך, און װער זײַט איר, און װי אַזױ װײסט איר װעגן מײַן אַרבעט?" האָב איך אים געפֿרעגט. איך האָב װײניק מענטשן געהאַט דערצײלט אַז איך אַרבעט אױף אַ גרעסערע װערק, און גאָר װײניק מענטשן דעם גענױעם נאָמען פֿון די אַרבעט, כאָטש ער האָט ניט אָנגעגעבן דעם פֿולן נאָמען פֿון דעם טיטל.

– "איך מוז אײַך זאָגן, אַז איך האָב זײער הנאָה געהאַט פֿון אײַער בוך. עס קומט אײַך אַ ייִשר-כּוח. איך פֿיל אַז איר האָט אַרײַנגעלײגט אַ סך מי און אַרבעט. כ'װאָלט אַלײן ניט געקענט טאָן בעסער. איר װאָלט באַדאַרפֿט פֿאַר דעם באַקומען אַן אױסצײכענונג..."

װען ער האָט געזאָגט "אױסצײכענונג" איז מיר לײַכטער געװאָרן, װען איך האָב זיך דערמאָנט, אַז איך האָב טאַקע אַרײַנגעשיקט קאָפּיעס פֿון דעם מאַנוסקריפּט צו עטלעכע בוך-פֿאָנדן און קאָמיטעטן װאָס שײַך בעטן פֿינאַנציעלער הילף אױף אַרױסצוגעבן דעם בוך אין אַ געדרוקטן פֿאָרמאַט. אײנע פֿון די דאָזיקע קאָמיטעטן איז געװען אַן אָפּשאַצונג-קאָמיסיע פֿאַר אַ ליטעראַרישער פּרעמיע. אַזױ צי אַזױ, האָב איך גלײַך פֿאַרבונדן זײַנע רײד מיט דער מעגלעכקײט, אַז אפֿשר איז דאָס אײנער פֿון די קאָמיסיע-מיטגלידער, און אפֿשר װיל מען מיר טאַקע אינפֿאָרמירן אַז איך האָב "געװאונען", אָדער װער כאָטש אַרײַנגענומען װי אַ קאַנדידאַט פֿאַר פֿינאַנציעלער שטיצע...

– "מיט װעמען האָב איך דעם כּבֿוד צו רײדן, און װעמען רעפּרעזענטירט איר?" האָב איך געפֿרעגט דער אומבאַקאַנטער שטימע אױף דער אַנדער זײַט פֿון דער טעלעפֿאָן-ליניע.

– "דער פּאַסטעך" האָט ער געענטפֿערט.

– "נײן, איך מײן צו זאָגן, װי רופֿט מען אײַך, און װי קומט איר צו מיר?"

– "איר קענט מיר ניט. אָדער בעסער געזאָגט, מײַן אמתן נאָמען. – אָבער, איר קענט מיר אױף אַן אַנדער נאָמען – װי איר האָט מיר אַלײן אָנגערופֿן: איך בין דער פּאַסטעך... דעם, װאָס איר באַשרײַבט אין אײער בוך..."

װען ער האָט דאָס געזאָגט, האָט זיך געװאָלט לאַכן.

– "דאָס קען ניט זײַן, איר מאַכט דען אַ װיץ? װער זײַט איר אין דער אמתן? װער האָט אײַך געגעבן מײַן טעלעפֿאָן נומער?"

– "איך בין דאָס טאַקע ער... און עס האָט מיר געגעבן אײַער טעלעפֿאָן נומער רבֿ משה, פֿון דער דירה, אײַער חבֿר ליאורס פֿעטער."

פֿאַרשטײט זיך, אַז ער האָט אָנגעגעבן די ריכטיקע נעמען פֿון די מענטשן װאָס איך האָב באַשריבן אין דעם אַרײַנפֿיר צו דעם בוך (אין דעם אַרײַנפֿיר, און דאָ אױך האָב איך פֿאַר פֿאַרשטענדלעכע סיבות פֿאַרביטן די נעמען אױף אַנדערע). אין דער אמתן, װאָלט ניט געװען צו שװער אױסצוגעפֿינען די אמתע נעמען, װײַל די פֿירמע װאו איך האָב געאַרבעט איז אַ קלײנע, און מיט 2-3 טעלעפֿאָנען און גוט אױסגעטראַכטע פֿראַגעס װאָלט יעדער כיטרע מענשט געקענט דערגײן די אמתע אינפֿאָרמאַציע. איך בין דעריבער געבליבן שטום אױפֿן טעלעפֿאָן, און האָב אים געלאָזט רעדן װײַטער.

– "... איך מוז אײַך זאָגן, אַז אײַער אַרבעט האָט מיר – װי װאָלט איך עס געזאָגט – געקיצלט. יאָ, געקיצלט... איר האָט אין אַלגעמײן ריכטיק איבערגעגעבן די מערסטע אינפֿאָרמאַציעס. אָבער אין געװיסע ערטער אַ ביסל איבערגעטריבן מײן איך, און אַפֿילו אַ סך מגזם געװען אין אַנדערע ערטער... אָבער אין סך הכּל, ניט שלעכט, ניט שלעכט. די װײַטערדיקע צװײ ביכער אין דער סעריע, אָבער, זײַנען בעסער אָנגעשריבן, מוז איך מודה זײַן..."

אָט דאָ האָב איך שױן געװאוסט אַז ער דרײט מיר אַ ספּאָדעק. װײַל קײן אַנדערע ביכער האָב איך נאָך ניט אָנגעשריבן (אַ חוץ פֿאַר די נעמען פֿון די טיטלען און אין עטלעכע בלױזענע שורות אַ מין איבערבליק פֿון װאָס איך װאָלט געװאָלט שרײַבן – אָבער קײן אמתע מאַטעריאַל האָב איך נאָך ניט פֿאַרצײכנט).

– "און װי אַזױ רופֿט מען, טאַקע, די דאָזיקע װײַטערדיקע קאַפּיטלען, די דאָזיקע המשך-ביכער?"

דאָ בין איך געװען זיכער אַז איך כאַפּ אים, װײַל כאָטש געװיסע מענטשן האָב איך אינפֿאָרמירט, אַז איך װאָלט געװאָלט אָנשרײַבן נאָך אַ צװײ ביכער אױף דער טעמע, האָב איך נאָך קײנעם ניט אָנגעזאָגט די נעמען פֿון די צוקונפֿטיקע װערק.

האָט ער מיר גלײַך אָנגעגעבן ריכטיק די צװײ נעמען פֿון די ביכער... און עס איז מיר אָנגעפֿאַלן אַ פּחד, אַז אפֿשר האָט ער באַקומען די אינפֿאָרמאַציעס אומלעגאַל, דורכן אַרײַנגנבֿענען זיך אין מײַן קאָמפּיוטער און איבערקאָפּירן אַלץ װאָס עס געפֿינט זיך דאָרט...

װער װײסט װאָס פֿאַר-אַ אַנדערע פּערזענלעכע זאַכן האָט ער פֿון דאָרט אַרױסגעגנבֿעט?

האָב איך זיך געאײַלט פּרובירן אים דע-מאַסקירן, און אים געשטעלט געװיסע פֿראַגעס װעגן געװיסע מאַטעריאַלן פֿון דעם טאָג-בוך װאָס איך האָב קײנמאָל ניט אַרױפֿגעלײגט אױף מײַן קאָמפּיוטער, און װאָס האָט זיך געפֿונען בלױז אין דער טעקע פֿון דעם אָריגינאַלן טאָג-בוך.... און ער האָט אַלץ געװאוסט גענױ – דאָס װאָס קײנער, אַחוץ פֿאַר מיר און דעם אמתן "פּאַסטעך" װאָלטן געװאוסט.

פֿונדעסטװעגן, האָב איך נאָך אַלץ געהאַט אַ ספֿק, צי איז דאָס דער אמתער מענטש װאָס ער זאָגט אַז ער איז, אָדער צי איז דאָס אַ גוט אױסגעטראַכטע אָפּנאַרערײַ: אפֿשר אַ מענטש װאָס האָט אַמאָל באַזוכט דעם פּאַסטעך אין תּל אָבֿיבֿ, אַרײַנגעקוקט אין דעם טאָג-בוך, און װיל איצט בײַ מיר דאָס צוגנבענענן. האָב איך אים געפֿרעגט װאָס ער װיל פֿון מיר.

– "קודם כּל, צו רײדן מיט אײַך, כאָטש אַ פּאָר מינוט טעלעפֿאָניש, װײַל איך האָב באמת גאָר װײניק צײַט, און פֿאַראַן נאָך אַזױ פֿיל, אַזױ פֿיל װאָס איך דאַרף דערגאַנצן,... אײדער... אָבער װעגן דעם אַ צװײטן מאָל. באמת, װאָלט איך געװאָלט זיך טרעפֿן מיט אײַך, אָבער איך אײַל זיך זײער. אַזױ װי אײַער ערשט בוך איבער די מאַטעריאַלן דאַרף אינגיכן פֿאַרעפֿנטלעכט װערן, מײן איך אַז איר דאַרפֿט שױן ניט מײַן טעקע מיט מײַן טאָג-בוך און די אָריגינאַלע מאַטעריאַלן װאָס געפֿינען זיך דאָרט..."

איצט-אָ, בין איך באמת חושד געװען אין דעם מענטש הינטערן קול אױף דער אַנדער זײַט טעלעפֿאָן. מסתּמא װעט ער איצט בעטן איך זאָל אים צושיקן די מאַטעריאַל... און אַזױ איז טאַקע געװען, אָבער ניט װי איך האָב געמײנט.

– "איך װאָלט זײער געװאָלט," האָט ער געזאָגט, "צוריקבאַקומען מײַן מאַטעריאַל. עס האָט פֿאַר מיר זײער אַ סענטימענטאַלע װערט, און כ'װאָלט געװאָלט דאָס איבערגעבן מײַנע יורשים. אפֿשר קענט איר מיר דאָס אַריבערפֿירן קײן תּל-אָבֿיבֿ?..."

אַהאַ, האָב איך צו זיך געטראַכט... מסתּמא װיל ער דאָס אַרױסנאַרן פֿון מיר...

– "איר קענט עס איבערלאָזן בײַ רבֿ משהן, פֿון דער דירה. ער װעט עס מיר שױן איבערגעבן אין אַ פּאָר װאָכן אַרום, װען איך קום אים װידער באַזוכן, אָפּרעכענען זיך פֿאַר די שכירה פֿון זײַן דירה."

אָט װעגן דעם האָב איך גאָרניט געטראַכט. רבֿ משה האָט מיר דאָך געגעבן דערלױבעניש צו נעמען די מאַטעריאַל, און רבֿ משה איז אױך דער אײנציקער װאָס קען דעם מחבר פֿון דעם טאָג-בוך פּנים-אַל-פּנים. ער האָט דאָך געדונגען בײַ רבֿ משהן די דירה. איך האָב אײַנגעזען, אַז איך האָב ניט קײן ברירה, אײדער טאַקע איבערגעבן די מאַטעריאַלן. איצט, אָבער, האָב איך זיך שױן געפֿילט אַ ביסל בעסער, אַז איך גיב עס כאָטש צוריק צו משהן, און ער װעט שױן זען עס זאָל אַריבערגײן אין די ריכטיקע הענט. דערפֿאַר אָבער, האָב איך שױן געפֿילט אַ מין אױספֿעלן, אַז איך גיב אָפּ אַ װיכטיקן אוצר, און װײס אַפֿילו ניט צו װעמען.

דער קול אױף דער אַנדער זײַט פֿון דער טעלעפֿאָן ליניע, האָט אָבער געהאַט נאָך עפּעס צו זאָגן.

– "איר דאַרפֿט זיך אָבער ניט זאָרגן, איך האָב דערװײַלע רבֿ משהן אָנגעטרױט נײַע מאַטעריאַלן פֿאַר אײַך. איר האָט געטאָן אַזאַ גוטע אַרבעט מיטן טאָג-בוך, אַז איך װיל איר זאָלט װיסן װאָס קומט װײַטער פֿאָר. און אפֿשר, װעט איר זײַן גרײט צו טאָן עפּעס מיט דעם אױך."

– "באמת? נאָך מאַטעריאַל?..." האָב איך קוים אַרויסגערעדט. עס האָט מיר פֿאַרכאַפּט אַ גרויס פרייד, און גלײַכצײַטיק אַ גרויס שרעק: מײַן פֿרױ װעט מיך דערהרגענען...

- לייבל באָטוויניק
(נאָוועמבער 2007
)

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל