====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

דאָ געפינט זיך די פולע הקדמה
וועגן ווי אַזוי די מאַטעריאַלן פון דעם טאָג-בוך 
זײַנען צו מיר דערגאַנגען
.

---------

איר קענט אויך זען אַ קורצע הקדמה דאָ:
קורצע הקדמה

---------
איר קענט אויך זען אַ תּמצית פון דעם, דאָ:
אילוסטרירטע הקדמה
עברית | ENGLISH

---------

פולע הקדמה:

ווי אַזוי די מאַטעריאַלן זײַנען צו מיר דערגאַנגען (אָנגעשריבן אין 2007)

  [הערה: די דיסקוסיעס קומען פאָר אויף העברעאיש]

מײַנער אַ מיטאַרבעטער ליאור, אין דער קאָמפּיוטער פירמע וואו איך אַרבעט, האָט זיך געוואָנדן צו מיר, אַז זײַנער אַ פעטער פאַרמאָגט עטלעכע דירהס אויף הרצל גאַס, וואו דער לעצטער אײַנוואוינער האָט דאָרט איבערגעלאָזט אַ צאָל ייִדישע ביכער. וויסנדיק, אַז איך פאַרנעם זיך מיט ייִדיש שפּראַך און קולטור, האָט ער מיר געפרעגט, צי איך וויל זיי זען, איידער מע וואַרפט זיי אַרויס.

– "מע טאָר זיי בשום אופן ניט אַרויסוואַרפן!" האָב איך אים געזאָגט. "איך האָב אַ חבר וואָס קלײַבט ייִדישע ביכער – בעסער געזאָגט, ראַטעוועט זיי אָפּ פון פּונקט אַזאַ פאַרניכטונג, און איך וועל זיי אים אָפּגעבן..."

אַזוי אַרום, בין איך מיטגעפאָרן מיט מײַן קאָלעגע, זען דעם פעטערס דירה מיט די ייִדישע ביכער. זײַן פעטער, משה, האָט אונדז דאָרט אָפּגעוואַרט בײַ דער דירה, וואָס איז געווען אויף דעם אונטערשטן שטאָק.

– "זאָג מיר, ער האָט ניט איבערגעלאָזט קיין אַדרעס, אָדער טעלעפאָן נומער? נעמען פון קרובים?..." האָב איך משהן געפרעגט.

– "ניין. גאָרניט. אָפגעצאָלט האָט ער אין פאָרויס. ער איז צו מיר געקומען, אָפגעגעבן די שליסלעך און פאַרשוואונדן, ווי די ערד וואָלט אים געהאַט אײַנגעשלונגען. ער האָט געזאָלט צוריקקומען, דערגאַנצן דעם אײַנפּאַקן, אָבער דאָס ניט געטאָן. היות ווי ער האָט איבערגעלאָזט דעם אָרט כּמעט אינגאַנצן ליידיק, – אַחוץ פאַר דעם איינציקן שרײַב-טיש און שטול, מיט די פּאָליצע ביכער, – האָב איך שוין געוואָלט זיי אײַנפּאַקן און פּטור ווערן פון זיי. צופעליק, ריידנדיק מיט מײַן פּלימעניק, האָט ער מיר געזאָגט אַז ער קען עמעצער וואָס וואָלט אפשר געווען פאַראינטערעסירט אין זיי."

– "נעם זיי בײַ מיר אָפּ. אומזיסט גיב איך זיי דיר. אַ שאָד זיי אַרויסוואַרפן. מײַן זיידע, ע"ה האָט געהאַט אַ ביבליאָטעק מיט ייִדישע ביכער. ווען ער איז אַוועק אויפן עולם האמת, האָט מען זיי אַלע אַרײַנגעוואָרפן אין מיסט. איך בין דעמאָלט אַלט געווען 10 יאָר. עס האָט מיר פאַרדראָסן, ווײַל איך האָב געוואוסט ווי ער פלעג ליב האָבן לייענען אַ ייִדיש בוך, אַ ייִדישע צײַטונג...".

 איך האָב גענומען אין האַנט איינע פון די ביכער און עס אויפגעעפנט. דאָס האָב איך דערקענט. אַ בוך פון ייִדישע אידיאָמען און ווערטלעך. ערשט מיט אַ צוויי יאָר פריער דערשינען, און עס האָט שוין אויסגעזען גאַנץ פאַרעלטערט, און גוט דורכגעבלעטערט. אַן אַנדער בוך, גאָר פון 1920, אַ ווערטערבוך פון וויסנשאַפטלעכע טערמינען, רוסיש-ייִדיש, איז גאָר געווען אין אַ זעלטן-גוטער צושטאַנד. מע וואָלט געקענט מיינען אַז דאָס איז נײַ געקויפט. אַזוי אויך, נאָך עטלעכע ביכער, וואָס לויט די דאַטעס וואָלטן זיי באַדאַרפט זײַן אין אַ גאַנץ פאַרעלטערטער צושטאַנד, – נאָר פּונקט האָבן זיי אויסגעזען גאַנץ גוט.

– "מאָדנע..." האָב איך האַלב אויפן קול צו זיך געמורמלט.

"וואָס איז מאָדנע?" האָט מיר מײַן חבר ליאור געפרעגט. איך דערצייל זיי ביידן וועגן דער מאָדנער צושטאַנד פון די ביכער: דאָס וואָס האָט געזאָלט אויסזען אַלט, איז כּמעט ווי שפּאָגל-נײַ, און פאַרקערט: דאָס וואָס האָט געזאָלט אויסזען מער-ווייניקער נײַ, האָט גאָר אויסגעזען אַלט און גוט אָפּגעריבן.

– "דאָס איז בכלל, געווען אַ מאָדנער מענטש," רופט זיך אָפּ מײַן חברס פעטער, משה. "אַלעמאָל געהאַלטן זיך פאַרמאַכט אין דער דירה. זעלטן אים געזען אַרויסגיין. און יעדן מאָל אויסגעזען אַנדערש. אַמאָל מיט אַ באָרד, אַמאָל אין גאַנצן אָפּגעגאָלן, אַמאָל מיט וואָנצעס. אַמאָל זע איך אים מיט גראָע האָר, און מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער, גאָר מיט שוואַרצע האָר...מסתּמא פאַרגעסן און דערנאּך זיך ווידער דערמאָנט זיך אָפּצופאַרבן די האָר..."

– "וואָס האָט ער דאָ געטאָן? דאָס איז זייער אַ גרויסע דירה פאַר איין מענטש. און איך זע ניט אויף דעם טעפּעך סימנים פון קיין מעבל..." האָב איך געזאָגט.

– "גיי ווייס... ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער פאַרנעמט זיך מיט אימפּאָרטירן און עקספּאָרטירן עלעקטראָנישע און קאָמפּיוטער טיילן. ער האָט ספּעציעל געוואָלט די דירה, ווײַל ס'איז אויף דעם אונטערשטן שטאָק, און ס'פאַראַן אַ הינטערשטער אַרײַנגאַנג, מע זאָל קענען באַקוועם פון דאָרט אַרײַנפירן און ארויספירן סחורה. אָפט קומען מענטשן דינגען די דירה, דווקע אַדאַנק דעם. וואָס אָבער יאָ, אַז איך טראַכט שוין וועגן דעם, האָב איך אַ סך מאָל געזען ווי מע פירט אַרײַן סחורה, אָבער איך געדענק ניט אַז איך האָב ווען עס איז געזען בײַ אים קיין קליענטן, אַדער אַז מע פירט גאָר אַרויס סחורה. איך האָב נאָר געזען ווי מע פירט אַרײַנצוצו. פאַרשטייט זיך, איך בין דאָ ניט די גאַנצע צײַט געווען און האָב מײַנע אייגענע געשעפטן. עס קלינגט אָבער מאָדנע, ניין? אפילו מיסטעריעז..."

דערוויילע, קוקנדיק אויף די פּאָליצעס מיט די ביכער, האָב איך דערשפּירט אַן אײַנגעבונדן קאַרטאָטעק.

 – "דו ווייסט אפשר וואָס דאָס איז?" האָב איך אים געפרעגט, נעמענדיק דאָס אין האַנט אַרײַן.

– "יאָ. איך דערמאָן זיך טאַקע. ער האָט עס אָנגערופן זײַן "טאָג-בוך". ווען איך פלעג קומען נאָך דירה-געלט, פלעג איך עס אָפט זען אויף זײַן טיש. ער האָט מיר אַמאָל אָנפאַרטרויט, אַז דאָרט געפינט זיך זײַן לעבנסמי, זײַן גאַנץ האָב-און-גוטס. אינטערעסאַנט אַז ער האָט דאָס דאָ איבערגעלאָזן – אפשר האט ער די גאָר וויכטיקע דאָקומענטן פון דאָרט אָפּגענומען און נאָר איבערגעלאָזט די ווייניק וויכטיקע פּאַפּירן. לאָמיר טאַקע אַ קוק טאָן, זען וואָס שטייט דאָרט אָנגעשריבן..."

איך האָב אָפּגעבונדן די שטריק אַרום דעם, דאָס אַוועקגעלייגט אויפן טיש, אויפגעעפנט, און דאָרט אינעווייניק געפונען אַ דיקן, פאַרעלטערטן, טאָג-בוך וואָס איז געווען אפשר דרײַ-פערטל אָנגעשריבן, און אויך אַ סך פּאַפּירן וואָס האָבן אויסגעזען ווי אויסגעפילטע פרעג-בויגנס. יעדע מיט אַן אַנדער האַנטשריפט. געווען אַ מאַפּע אָנגעצייכנט מיט דער האַנט, און פאַרשיידענע פּאַפּירן, און אויך עטלעכע נומערן פון אַ מין בולעטין אויף ייִדיש, מיט נײַעסן. דעם נאָמען פון בולעטין האָב איך ניט דערקענט: "די ערשטע נײַעס" – אפשר אַ פּורים-זשורנאַל, אַ פּאַראָדיע פון "לעצטע נײַעס"?

איך האָב דעם טאָג-בוך אויפגעעפנט אין מיטן. געווען אַ דאַטע פון אַן ערך 30 יאָר פריער: דעם 22סטן יאַנואר, 1976. אָבער אַז איך האָב אָנגעהויבן אַדורכבלעטערן, איז מיר געוואָרן פינצטער אין די אויגן. די דאָטעס האָבן אָנגעהויבן שפּרינגען מיט יאָרן פאָרויס, און מיט יאָרן צוריק, אָבער לויט דעם ריכטיקן סדר פון די טעג און חדשים: מיט צוויי זײַטן שפּעטער, דעם 23סטן יאַנואַר, 1989... און אַ זײַט נאָך דעם, דעם 24סטן יאַנואַר, 1966... ווי דער מענטש אַליין, איז דאָס געווען גאַנץ מאָדנע. איך האָב געעפנט צום סוף.

– "ווען, זאָגסטו, האָט ער דאָ פאַרלאָזט?" פרעג איך. "דאָ איז די לעצטע אַרײַנגעשריבענע דאַטע, דער 10טער יוני, 2006..."

– "דאָס קען ניט זײַן, ווײַל הײַנט איז דער 18טער יוני, און ס'איז שוין 3 חדשים פאַרשלאָסן די דירה. ער האָט מיר טאַקע באַצאָלט פאַר אַ האַלב יאָר אין פאָרויס, און אין 3 וואָכן אַרום גייט אויס זײַן קאָנטראַקט. וויל איך אויסראַמען דעם אָרט, און זוכן אַ נײַעם אײַנוואוינער. אָבער פאַרשוואונדן איז ער אָנהייב מערץ. פון דעמאָלט אָן, איז ניט גענוצט געוואָרן ניט די וואַסער, ניט דער טעלעפאָן, די עלעקטרע, אָדער די גאַז פונעם אויוון... איך עפן דאָס פאַר אײַך צום ערשטן מאָל, אַחוץ איין מאָל, יענע וואָך, ווען איך האָב אויף גיך אַרײַנגעקוקט (און אפילו ניט אַרײַנגעטראָטן), בלויז כּדי צו זען דעם צושטאַנד פונעם אָרט, און זיך דערמאָנט אין די ביכער. דעמאָלט איז אויסגעקומען רעדן מיט מײַן פּלימעניק, ליאור."

איך האָב אויפגעעפנט אויף דער ערשטער זײַט, אַרײַנגעקוקט, און גלײַך פאַרמאַכט.

– "נו, עס ווערט שפּעט. איך קען נעמען די ביכער?" האָב איך געפרעגט.

– "נעם געזונטערהייט, כ'האָב דיר שוין געזאָגט."

– "און דעם טאָג-בוך אויך, מיט די פּאַפּירן?"

– "נעם. טאָמער קומט ער זיי דאָך אָפּזוכן, וועל איך דורך ליאורן דיר לאָזן וויסן. האָסט דאָך ניט געפונען דאָרט קיין מאַפּע פון עפּעס אַ באַהאַלטענעם אוצר?..." האָט ער געלאַכט, און איך און ליאור האָבן מיט אים מיטגעלאַכט.

– "ניין," האָב איך צו זיך געטראַכט. "אָבער אפשר עפּעס נאָך אינטערעסאַנטער..."

מיר האָבן אײַנגעפּאַקט די ביכער, זיי אַרײַנגעלייגט בײַ מיר אין אויטאָ, און איך בין אַהיימגעפאָרן.

ווי נאָר איך בין אָנגעקומען, האָב איך אַלץ איבערגעלאָזט דאָרט אינעם אויטאָ, כּדי אויף צומאָרגנס זיי אָפּפירן צו מײַן חבר מענדי, אין דעם ביבליאָטעק פון "יונג-ייִדיש" וואָס ער שטעלט צונויף, פון די אָפּגעראַטעוועטע ביכער. ער וועט זיכער זײַן צופרידן פון דעם דאָזיקן אוצר. נאָר די קלאַסער-טעקע מיט דעם טאָג-בוך און די פּאַפּירן האָב איך אַרײַנגעפירט צו זיך אין דער היים.

איך בין אַרײַן אין שטוב וואו עס האָבן מיר באַגריסט ווײַב און קינדער, און פאַרבראַכט מיט זיי דעם אָוונט. ווען ס'איז שוין געווען גאַנץ שפּעט און אַלע זײַנען געגאַנגען שלאָפן, האָב איך ווידער אויפגעעפנט דעם טאָג-בוך אויף דער ערשטער זײַט, און אָנגעהויבן לייענען:

 
"... מוצאי שבת, דעם 25סטן מערץ 1911.

הײַנט איז געווען דער גרויסער פײַער אין דעם טרײַענגל פאַבריק אין ניו-יאָרק. עס איז געווען שרעקלעך. איך האָב אַלץ געטאָן צו ראַטעווען וואָס מער אומשולדיקע קרבנות, אָבער עס איז געווען כּמעט ווי אוממעגלעך צוצוקומען צו אַ סך פון זיי, און צו אַנדערע, בין איך שוין אָנגעקומען צו שפּעט.

 ווי *בראַוו זיי זײַנען געווען. ווי טראַגיש זייער גורל. אָבער ווי דער לעגענדאַרער פעניקס-פויגל, וועט פון דעם פײַער און פון די געראַטעוועטע, האָפנטלעך געבוירן ווערן אַ בעסער און שענער וועלט פאַר ייִדן און פאַר מענטשן...."

*דרײַסט

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל