====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

דאָ געפינט זיך אַ קורצע הקדמה
וועגן ווי אַזוי די מאַטעריאַלן פון דעם טאָג-בוך 
זײַנען צו מיר דערגאַנגען
.

---------
איר קענט אויך זען אַ תּמצית פון דעם, דאָ:


אילוסטרירטע הקדמה
עברית | ENGLISH

---------

הקדמה (אָנגעשריבן אין תּל-מונד, ישׂראל. זומער 2007 – ה'תּשס"ז):

מיט איבער אַ יאָר צוריק, האָט זיך צו מיר געוואָנדן אַ קאָלעגע און חבר, אַז בײַ זײַן פעטער געפינען זיך ייִדישע ביכער, און אפשר וויל איך זיי, איידער מע ווערט פון זיי פּטור. אַזוי ווי עס טוט מיר אַלעמאָל שטאַרק וויי ווען מענטשן וואַרפן אַרויס ייִדישע ביכער, האָב איך אים געענטפערט פּאָזיטיוו, אַז איך וועל קומען אַ קוק טאָן.

*פאַר אַ גענויערער באַשרײַבונג פון דעם, זײַט אַזוי גוט און לייענט איבער, דעם צוגאָב-קאַפּיטל: "ווי אַזוי די מאַטעריאַלן זײַנען צו מיר דערגאַנגען", ווי אויך דעם צוגאָב-קאַפּיטל: "הערות און באַוואָרענישן וועגן די מאַטעריאַלן".

אַ חוץ די ביכער, האָב איך דאָרט אויך געפונען אַן אויסטערלישן טאָג-בוך. ווי נאָר איך האָב אָנגעהויבן אַדורכבלעטערן און איבערלייענען, האָט עס מיר גלײַך פאַרכאַפּט. די ערשטע ווערטער וואָס איך האָב געזען זײַנען געווען:

"... מוצאי שבת, דעם 25סטן מערץ 1911.

הײַנט איז געווען דער גרויסער פײַער אין דעם טרײַענגל פאַבריק אין ניו-יאָרק. עס איז געווען שרעקלעך. איך האָב אַלץ געטאָן צו ראַטעווען וואָס מער אומשולדיקע קרבנות, אָבער עס איז געווען כּמעט ווי אוממעגלעך צוצוקומען צו אַ סך פון זיי, און צו אַנדערע, בין איך שוין אָנגעקומען צו שפּעט. ווי *בראַוו זיי זײַנען געווען. ווי טראַגיש זייער גורל. אָבער ווי דער לעגענדאַרער פעניקס-פויגל, וועט פון דעם פײַער און פון די געראַטעוועטע, האָפנטלעך געבוירן ווערן אַ בעסער און שענער וועלט פאַר ייִדן און פאַר מענטשן...."

 * דרײַסט

 שפּעטער, אין דער היים, ווען איך האָב אויף אַן אמת גענומען דורכשטודירן די מאַטעריאַלן, איז אין מיר עפּעס אַרײַנגעדרונגען אַ מין דיבוק, און איך האָב פאַרשטאַנען אַז איך מוז די מאַטעריאַלן באַאַרבעטן, און אויף וועלכן עס איז ניט אופן, זיי פאַרעפנטלעכן פאַר דער וועלט.

איר וועט באַזונדער געפינען אַ צוגאָב-קאַפּיטל וואָס הייסט: "הערות און באַוואָרענישן וועגן די מאַטעריאַלן". דאָרט באַשרײַב איך מײַנע פאַרשיידענע קווענקלענישן וואָס שײַך אַרויסלאָזן די מאַטעריאַלן אין דער עפנטלעכקייט. איך שרײַב דאָרט אויך ווי אַזוי און פאַרוואָס איך האָב אויסגעשטעלט די מאַטעריאַלן אויף דעם אופן וואָס איך האָב.

איך האָף, אַז די לייענערס וועלן קענען עפּעס לערנען וועגן דער גאָר אינטערעסאַנטער און וויכטיקער עטאַפּע אין ייִדישן לעבן, וואָס דער אָפּקלאַנג דערפון ווייסן מיר נאָך ניט ווי אַזוי עס וועט (אויב בכלל) ווירקן אויף אונדז, אויף אונדזער ייִדישן פאָלק, און אויף דער וועלט בכלל.

עס איז שוין מער ווי איבער אַ יאָר וואָס איך ראַנגל זיך מיט די מאַטעריאַלן, כּדי זיי אַרויסצוברענגען אין דער עפנטלעכקייט אויף דעם בעסטן און ערלעכסטן אופן. איך האָף, אַז די פרוכט פון מײַן מי וועט זײַן ניט ווייניקער אינטערעסאַנט פאַר אײַך בײַם לייענען, ווי עס איז געווען פאַר מיר בײַם אויספאָרשן, צונויפשטעלן, און באַאַרבעטן.

         - לייבל באָטוויניק,

            תּל-מונד, ישראל. זומער 2007 – ה'תשס"ז.
 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל