====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

דאָ געפינט זיך אַן אויספירלעכע אָבער פּערזענלעכע
דיסקוסיע
מיט מ
ײַנע הערות און באַוואָרענישן אין שייכות
מיט די מאַטעריאַלן פון דעם טאָג-בוך
.

---------
-

אינהאַלט

1. אַלגעמיינע שטריכן פונעם טאָג-בוך און צוגאָב-מאַטעריאַלן

2. די באַאַרבעטונג פון די מאַטעריאַלן

3. שפּראַך ענינים

    3.1 אַ וואָרט וועגן שטומען אלף 

4. דער שווערער באַשלוס

=======================================================================================

1. אַלגעמיינע שטריכן פונעם טאָג-בוך און צוגאָב-מאַטעריאַלן

ווי נאָר איך האָב אָנגעהויבן לייענען די ערשטע עטלעכע שורות פון דעם טאָג-בוך, וואו עס ווערט באַשריבן וועגן דעם טרײַענגל-פאַבריק פײַער פון 1911, האָט עס מיר אַזוי פאַרכאַפּט, אַז עס איז מיר געווען גאָר שווער זיך אַראָפּצורײַסן פון דעם, אפילו וואָס די מאַטעריאַלן אַליין זײַנען געווען אין אַ גאָר רויען מצב. איך האָב שוין דעמאָלט באַשלאָסן אַז איך מוז דאָס אויף וועלכן עס איז אופן פאַרעפנטלעכן.

אַחוץ די דאַטירטע זײַטן פונעם טאָג-בוך, זײַנען אויך געווען אַ סך באַזונדערע פּאַפּירן מיט צוגאָב-אינפאָרמאַציעס, ידיעות, און גלאַט אינטערעסאַנטע פאַקטן (למשל האַנט-געשריבענע מעדיצינישע בויגנס וועגן די פאַרשיידענע מענטשן וואָס ווערן דערמאָנט אינעם טאָג-בוך, אַרכיטעקטורעלע פּלענער פון געביידעס, און אפילו אַ פּראָסטע האַנט-געצייכנטע מאַפּע פון ווי דער ישוב פון די אָפּגעראַטעוועטע איז געווען אויסגעשטעלט – אייגנטלעך, עטלעכע קליינע סקיצעס, און אַ גרעסערע מאַפּע). – דאָס אַלץ איז געווען ווי גוטע מאַטעריאַל פאַר אַ פאָרשער, אַן אַקאַדעמיקער אָדער זשורנאַליסט וואָס זוכט רוי-שטאָף אויף אַן אַרטיקל, צי עסיי. פאַר אַ נאָרמאַלן לייענער, אָבער, וואָלט מען אַזאַ זאַך ניט געקענט פאָרשטעלן. ער, צי זי, וואָלט געווען שווער צו פאַרטײַטשן די וויכטיקע אָנזאָגן און בשׂורות וואָס ווערן דאָ מיטגעטיילט און באַהאַלטן צווישן די שורות און צווישן די זײַטן פון דער גאָר אינטערעסאַנטער אַרבעט.

גלײַכצײַטיק, האָב איך זיך אויך ניט ווייניק באַוואָרנט פאַר די מאַטעריאַלן, און חושד געווען אין זיי. קודם כּל, האָב איך אויף גיך געמאַכט אַ רעכענונג, אַז אויב אפילו דער שרײַבער פון די שורות איז געווען צום ייִנגסטנס, למשל, ניט מער ווי 11 יאָר אַלט אינעם יאָר 1911, וואָלט ער גאָר באַדאַרפט זײַן 106 יאָר אַלט, אין יאָר 2006 – ווען איך האָב באַזוכט מײַן קאָלעגעס פעטערס דירה און באַקומען דעם טאָג-בוך וואָס איז דאָרט איבערגעלאָזט געוואָרן מיט אַ צאָל חדשים פריער, פון דעם כּלומרשטן מחבר. און דאָס האָט ניט געשטימט מיט ווי מײַן חברס פעטער, דער בעל-הדירה האָט אים פאַר אונדז געמאָלן.

דערצו, האָט די מאַטעריאַל מיר אַ ביסל דערמאָנט אין ענלעכע "פּאַסטקעס" און אויסגעטראַכטע מעשׂיות וואָס זײַנען ווען עס איז אַדורך מײַנע הענט במשך פון די יאָרן. למשל, אַ בוך (אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה: "די בעריאַ-פּאַפּירן", דאַכט זיך) וואָס דערציילט וועגן אַ זשורנאַליסט וואָס האָט בײַ איינעם אָפּגעקויפט דעם "טאָג-בוך" פון דעם אחזריותדיקן בעריאַ (הויפּט פון סטאַלינס נ.ק.וו.ד./ק.ג.ב.). צום סוף פון דעם בוך, לאָזט זיך אַרויס, אַז אַ קלוגער היסטאָריקער האָט עס אַלץ אויסגעטראַכט און אויסגעקלאַפּט אויף אַלטע פּאַפּיר, עס זאָל אויסזען אויטענטיש...

אַן אַנדער אַזאַ "בילד" דערמאָן איך זיך, איז אין דעם אַרײַנפיר פון עדגאַר רײַס בוראָס "די פּרינצעסין פון מאַַרס" (צופעליק, פּונקט אָנגעשריבן אין 1911 און פאַרעפנטלעכט אין 1912), וואו בוראָס, דער מחבר פון "טאַרזאַן" און אַנדערע פאַנטאַסטישע מעשׂיות, דערציילט ווי "זײַנער אַ פעטער" האָט אים אָנפאַרטרויט אַ מאַנוסקריפּט מיט אַן אויסטערלישער מעשׂה וועגן לעבעדיקע יצורים אויף דעם פּלאַנעט מאַרס. פאַרשטייט זיך, אַז אַזעלכע "פאַקטן" (וועגן מאַרס) וואָס בוראָס גיט איבער, זײַנען דאָך בכלל שווער צו אויטענטיקירן. די דערציילונג, אָבער, קלינגט זייער רעאַליסטיש ..., און אַזוי ווײַטער.

איך לייען אָדער הער אויך, פון צײַט צו צײַט, אויף דער נײַעס ענלעכע אַזעלכע פאַלן, וואו מע האָט כּלומרשט געפונען "אויטענטישע" אַרטיפאַקטן' אָדער מאַנוסקריפּטן פון וויכטיקע פּערזענלעכקייטן. אָט למשל, ווי דער שאַרבן פון דעם פּרעהיסטאָרישן "פּילטדאַון מאַן" וואָס איז אין יאָר 1913 פאָרגעשטעלט געוואָרן פאַר דער וועלט ווי אַ באַווײַז אַז מענטש און מאַלפּע האָבן אַ בשותּפותדיקע פאַרבינדונג. די גרעסטע אַנטראָפּאָלאָגן און מומחים פון יענער צײַט האָבן דאָס באַשטעטיקט. ערשט מיט 40 יאָר שפּעטער, אין יאָר 1953, האָט מען פאַרשטאַנען אַז "ס'האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם" (ווי מע זאָגט), נאָך דעם ווי מע האָט דעם ענין גאָר, גאָר פאָרזיכטיקערהייט אויסגעפאָרשט...– אין דער אמתן, איז דאָס אַלץ פאַבריצירט געוואָרן, און עס איז גאָר באַשטאַנען פון דער קאָפּ פון אַ מאָדערנעם מענטשן (ניט מער ווי 600 יאָר טויט) אויף וועלכער מע האָט צוגעטשטעפּעט די באַק- און מויל-ביינער פון עפּעס אַ מאַלפּע.

2. די באַאַרבעטונג פון די מאַטעריאַלן

פונדעסטוועגן, נאָכן איבערקוקן דאָס אָלץ, האָב איך אײַנגעזען אַז עס איז דאָך פאַראַן אין דעם טאָג-בוך עפּעס וואָס בענקט פאָרט, אַז מע זאָל דאָס אויספאָרשן, פּרובירן באַשטעטיקן, און דאָרט זוכן צו אַנטפּלעקן מעגלעכע געהיימע און וויכטיקע "אמתן" און "פאַקטן" וואָס עס איז כּדאי אַז יעדער איינער (און יעדע איינע) זאָל זיך באַקענען מיט דעם.

אָט למשל, וועגן דעם טרײַענגל-פאַבריק פײַער אַליין, און וועגן דעם אויסנוצן און פאַרשקלאַפן מענטשן (דער עיקר יונגע, אומשולדיקע, און הילפלאָזע מיידלעך) אין די אַמאָליקע סוועט-שאַפּן אין אַמעריקע (און וואָס גייט, ליידער, ווײַטער אָן – ביז הײַנט צו טאָג, – אין אַמעריקע און אַנדערשוואו אויף דער וועלט). – פאַר דעם אַליין, און די קאָנסעקווענצן און ענינים אַרום דעם פײַער... – פאַר דעם אַליין, מיין איך, איז געווען וויכטיק צו פאַרעפנטלעכן כאָטש אַ טייל פון די מאַטעריאַלן.

איך האָב דעמאָלט באַשלאָסן צו נעמען די אַלע מאַטעריאַלן, מאַכן פון זיי אַ סדר, און טאַקע אָנהייבן אויספאָרשן די אַלע "פאַקטן" איינער נאָך דעם אַנדערן, כּדי צו זען וויפל איז טאַקע אמת און וויפל גלאַט אויסגעטראַכטע פאַנטאַזיעס. פאַרשטייט זיך, אַז איך האָב זיך גלײַכצײַטיק אונטערגענומען דאָס אַלץ איבערצואַרבעטן און איבערצושרײַבן, כּדי אַ נאָרמאַלער לייענער זאָל קענען דאָס פאַרדײַען.

איך האָף, אַז דער מחבר פון דעם טאָג-בוך, וואו ער זאָל ניט זײַן, וועט קיין פאַריבל ניט האָבן אויף מיר, וואָס בעתן לייענען און דורכנישטערן די פּאַפּירן, האָט מיר פּשוט אַ מין דיבוק פאַרכאַפּט און ניט געוואָלט אָפּלאָזן. וואָס מער איך האָב זיך אַרײַנגעטאָן אין די מאַטעריאַלן, אָנגעהויבן זוכן, און נישטערן, פאָרשן און זיך נאָכפרעגן, איז דער דאָזיקער "דיבוק" נאָך טיפער און שטאַרקער אין מיר אַרײַן, אַז ער האָט מיך אינגאַנצן פאַרכּישופט, און מיך אפילו ניט געלאָזט שלאָפן (דאָס הייסט, איך בין יע געשלאָפן, נאָר כּסדר געחלומט וועגן די פּאַסירונגען, און ווי אַזוי איך זאָל דאָס פאָרשטעלן פאַר דער לייענערשאַפט).

וואָס מער איך האָב זיך אַרײַנגעטיפט, געזוכט אין די מקורות, געשיכטע ביכער, אינטערנעץ אינצעקלאָפּעדיעס, און זיך נאָכגעפרעגט בײַ עקספּערטן און מענטשן וואָס פאַרשטייען אין די דאָזיקע זאַכן, איז מיר אַלץ קלאָרער און דײַטלעכער געוואָרן דאָס בילד פון וואָס איז דאָ פאָרגעקומען. און בלויז בײַם איבערשרײַבן און איבערמאַכן דאָס אין אַ מער לייענבאַרער פאָרמאַט (און עס פאַרעפנטלעכן), – האָב איך אײַנגעזען, – וועל איך קענען רואיק זײַן, און זיך באַפרײַען פון דעם דאָזיקן "דיבוק".

** ** ** ** **

די ווײַטערדיקע שאַפונג – און דאָס איז אייגנטלעך אַ באַאַרבעטע טאָג-בוך, – האָב איך אײַנגעטיילט אויף דעם פאָלגנדיקן אופן:

1) דער ערשטער טייל, "א - פײַער": דאָ וועט איר געפינען דעם ערשטן קאַפּיטל, וואָס דערציילט ווי די גאַנצע זאַך הייבט זיך אָן (לאו-דווקא ווי דער גאַנצער "פּרשה" האָט זיך אנגעהויבן, נאָר פון וואַנען די ווײַטערדיקע מאַטעריאַלן ציִען זיך). דאָ ווערט געשילדערט דער טרײַענגל-פײַער פון שבת דעם 25סטן מערץ, 1911, כ"ה (25) אדר, ה'תרע"א (5671), אין ניו-יארק, אויף וויפל איך האָב עס געקענט פּרעזענטירן, באַזירט אויף דעם טאָג-בוך, און אויף געוויסע אַנדערע מאַטעריאַלן וואָס איך האָב געפאָרשט אַרום דעם טראַגישן אינצידענט.

2) דער צווייטער טייל, "ב - אָנהייב": דאָ זײַנען די ווײַטערדיקע 9 קאַפּיטלען פון דעם טאָג-בוך, וואָס שילדערן די ערשטע 8 טעג נאָכאַנאַנד (כּמעט שעה- נאָך-שעה), באַלד נאָך דער טראַגישער פײַער, און די קאָנסעקווענצן אויף די ניצול-געוואָרענע. דאָ ווערן פאַקטיש אָנגעגעבן און אויסגערעכנט טאָג-פּלענער, וויכּוחים און אויפברויזן, און נאָך פּרטימדיקע דעטאַלן פון די ערשטע טעג נאָך דעם פײַער.

3) דער דריטער טייל, "ג – ערשטע טעג": דאָס זײַנען נאָך עטלעכע קאַפּיטלען וואָס שילדערן אינטערעסאַנטע און אויך קאָנסעקווענציאַלע עפּיסאָדן אין דעם לעבן פון די ניצול-געוואָרענע פון דעם טראַגישן פײַער, און ווי זיי פאַרמעסטן זיך מיט דער נײַער מצב און נײַע פאַראַנטוואָרטלעכקייטן וואָס ווערן אַרויפגעלייגט אויף זיי אין זייער נײַעם לעבן. די דאָזיקע אויסצוגן פונעם טאָג-בוך זײַנען שוין מערער אויסגעשפּרייט, און קומען פאָר במשך פון אַ לענגערער תּקופה. די אין-דער-צווישן טעג זײַנען געווען ווייניקער אינטערעסאַנט, גיב איך זיי דאָ ניט אָן.

4) דער פערטער טייל, "ד – וואָס ווײַטער?": דאָ האָב איך אָפּגעקליבן נאָך אַ צאָל קאַפּיטלען פון דעם טאָג-בוך. פאַרשטייט זיך, אַז דאָס זײַנען ווײַט ניט די איינציקע, צי גאָר לעצטע קאַפּיטלען פון דעם אָריגינאַלן טאָג-בוך. די דאָזיקע קאַפּיטלען נעמען שוין אַרום אַ תּקופה פון כּמעט 30 יאָר, וואָס מיט דעם פאַרענדיקט זיך דער טאָג-בוך. ווידער, לאָז איך אַרויס אָן אַ שיעור "טעג" וואָס זײַנען ווייניק וויכטיק פאַרן שאַפן אַ קאָמפּלעטן בילד פון ווי דאָס לעבן פון די ניצול-געוואָרענע האָט זיך אַנטוויקלט, און צו וואָס זיי זײַנען דערגאַנגען.

5) דער גוף פון דעם טאָג-בוך (דער עיקר זײַן תּמצית), וואָס איז ביז אַהער פאָרגעשטעלט געוואָרן, ווערט דערגאַנצט מיט מײַנס אַ נאָכוואָרט בײַם סוף פון דער איצטיקער אַרבעט. צום סאַמע סוף ווערן אָנגעגעבן כּלערליי מאַטעריאַלן וואָס זײַנען פאַרבונדן אויף איין אופן אָדער אַן אַנדערן צו די פּאַסירונגען און אינהאַלט פון דעם טאָג-בוך וואָס באַהאַנדלט די ניצול-געוואָרענע פון דעם טראַגישן טרײַענגל- פײַער פון דעם 25סטן מערץ, 1911.

6) ווי אַ לעצטער צוגאָב, האָב איך אויך צוזאַמענגעשטעלט אַ מין זוכצעטל מיט כּלערליי הערות צו די פאַרשידענע טשיקאַווערע אינפאָרמאַציעס, רמזים, און פּאַסירונגען וואָס ווערן פאָרגעשטעלט אין דער אַרבעט.

די לייענערס וועלן, לויט די אויבן-אָנגעגעבענע פּונקטן, מסתּמא באַמערקן אַז איך, ווי דער צוזאַמענשטעלער פון די מאַטעריאַלן, פאַרעפנטלעך מערער וועגן וואָס עס איז געשען בעת די ערשטע עטלעכע טעג נאָך דעם טראַגישן פײַער, איידער וועגן וואָס סע קומט שפּעטער פאָר. דאָס איז דערפאַר, וואָס די ערשטע טעג זײַנען געווען די וויכטיקסטע, די רירעוודיקסטע, און אוודאי די דינאַמישסטע אינעם נײַעם מצב פון די הויפּט פיגורן אין דער דערציילונג. וואָס שײַך אַלע "טעג" וואָס ווערן דאָ ניט דערמאָנט צי פאַרעפנטלעכט, איז נאָך דאָ אַ סך וואָס איז ניט אַנטפּלעקט געוואָרן. עס איז מעגלעך, אַז איין טאָג, וועט דאָס אויך פאַרעפנטלעכט ווערן.

געוויסע זאַכן וועלן אָבער, ליידער, מוזן בלײַבן אַ מיסטעריע. למשל: ווער דער מחבר איז, פון וואַנען ער קומט, ווי קומען צו אים די "מעגלעכקייטן" און "פעיקייטן" וואָס ער שילדערט דאָ, ... אפילו זײַנע פיזישע שטריכן, למשל ווי ער זעט אויס (הויך? נידעריק? יונג? אַלט? דאַר? גראָבלעך?... און אַזוי ווײַטער) קען איך אײַך אפילו ניט שילדערן. אויף דעם זײַנען קיין ענטפערס ניטאָ, ווײַל כאָטש ער האָט אַלץ און אַלעמען באַשריבן אין זײַן טאָג-בוך, האָט ער וועגן זיך אַליין כּמעט ניט געשריבן – אפילו זײַן נאָמען זײַנען מיר ניט געוואויער.

די איינציקע אָרט אַחוץ פאַרן טאָג-בוך אַליין, וואו עס איז כאָטש אַ ביסל מעגלעך צו באַקענען זיך מיט דעם מחבר, געפינען מיר לייענענדיק דעם אויסשניט פונעם זשורנאַל אינטערוויו מיט אים. דאָס פאַרעפנטלעך איך ווי צוגאָב-מאַטעריאַל צום סוף פון דער אַרבעט.

דרך-אגב, בײַם אויספאָרשן די הויפּט פיגורן פון דער מעשׂה (און קיין צופיל צײַט און מי האָב איך אויך ניט געקענט אַרײַנגעבן אין דעם), בין איך דערגאַנגען צו אַ טייל פון זייערע אמתע נעמען. און כאָטש די זאַך איז אַ גאַנץ פאַרעלטערטע (פון 1911), האָב איך דאָך פאַרביטן די נעמען, טאָמער לעבן נאָך אַ טייל פון די יורשים, און זייערע משפּחות.

איך מוז אויך אונטערשטרײַכן און מודה זײַן, אַז כאָטש דאָס ווײַטערדיקס ווערט אָנגעגעבן מיט דיסקוסיעס און כּלומרשטע "געפילן", – האָב איך לרוב, דאָס אַליין צוגעגעבן, – אויף אַ ליטעראַרישן אופן, – כּדי די קלאָרע, אָבער גאַנץ טרוקענע געדאַנקען און מיינונגס-אויסטוישן זאָלן מער לעבעדיק און רעאַליסטיש קלינגען בײַם לייענער. די סאַמע מערסטע פון די שילדערונגען וואָס ווערן אָנגעגעבן זײַנען טאַקע דעם מחברס, אָבער אַ טייל האָב איך אַליין געמוזט צוטראַכטן כּדי מַשלִים זײַן געדאַנקען און עפּיזאָדן פון דער דערציילונג. זאָל דאָס הייסן "ליטעראַריש אינסצעניזירט" (אָבער באַזירט, ווי צום נאָענסטן, צום אָריגינאַלן טעקסט פון דעם טאָג-בוך).

כּדי דאָס אויסצופירן אויף דעם אָרנטלעכסטן אופן, האָב איך אײַנגעטיילט יעדן קאַפּיטל מער אָדער ווייניקער אַזוי:

1) פריער גיב איך אָן גענויע אויסצוגן, ציטירט פון דעם טאָג-בוך, כּדי דער לייענער זאָל זיך אַ ביסל באַקענען ווי דער מחבר האָט עס אַליין אָנגעגעבן (די איינציקע מעגלעכע ענדערונג קען אפשר זײַן גראַמאַטישע אָדער סטיליסטישע. איך האָב זיך אָבער באַמיט צו ציטירן און איבערגעבן וואָס גרינטלעכער).

2) דאָרט וואו אַ פּאַסיקער טאָג-פּלאַן ווערט פאָרגעשטעלט ווערט דאָס אָנגעגעבן אין דער פאָרמאַט פון אַ טאַבעלע. דאָס וועט איר געפינען דער עיקר אין די ערשטע קאַפּיטלען.

3) נאָך דעם, גיב איך אָן מײַן מער ליטעראַרישע באַאַרבעטונג פון דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך, מיט די פּאַסיקע צוגאָב-מאַטעריאַלן.

4) די קעפּלעך (טיטלען) פון די קאַפּיטלען און אונטער-קאַפּיטלען האָב איך אַליין פאַרפאַסט.

5) דאָ און דאָרט האָב איך אַליין צוגעגעבן (אָדער מיט ציטירטע אויסצוגן, אָדער אָנגעגעבן אינגאַנצן) פּאַסיקע לידער און פּאָעמעס כּדי צו שאַפן די געהעריקע אַטמאָספערע.

איך וויל אויך צוגעבן, אַז די מיינונגען, שטרעבונגען און פּאָליטישע, טעאָלאָגישע, צי פילאָזאָפישע שטעלונגען פון די וואָס ווערן דערמאָנט אין דער ווײַטערדיקער אַרבעט געהערן ניט מיר, נאָר טאַקע צו די וואָס ווערן באַשריבן אין דעם טאָג-בוך – אַז אַזוי האָבן זיי זיך אויסגעדריקט (אָדער בעסער געזאָגט, אַזוי גיט זיי איבער דער מחבר, אין זײַן שרײַבן). איך האָב, סך הכּל נאָר געהאַט דעם זכות צו געפינען די מאַטעריאַלן און זיי צו באַאַרבעטן.

3. שפּראַך ענינים

די שפּראַך פון מײַן באַאַרבעטונג קען זיך רעכענען פאַר אַ מאָדערן-ייִדישן. די שפּראַך פונעם מחבר איז מער אָדער ווייניקער די זעלבע. דערפאַר אָבער, וואָלט די שפּראַך פון די געראַטעוועטע – די הויפּט העלדן פון דעם טאָג-בוך, באַדאַרפט זײַן אַנדערש: מער אויטענטיש און פיל-פאַרביק: סײַ דיאַלעקטיש און סײַ אידיאָמאַטיש. האָב איך אָבער ניט אויסגענוצט מײַן ליטעראַרישן בײַטש, און זיך אײַנגעהאַלטן דאָס צו טאָן פאַר די פאָלגנדיקע סיבות:

1) דער מחבר גיט ניט אָן די גענויע אויסשפּראַך און דיאַלעקטן פון די מענטשן מיט וועמען ער פאַרנעמט זיך אין זײַן טאָג-בוך. ניטאָ בײַ אים קיין געשפּרעכן, קיין שמועסן. דאָרט וואו ער דערמאָנט שוין יאָ עפּעסּ, איז עס אין זײַן לשון, וואו ער דערמאָנט זיך בלויז דער אינהאַלט פון דער דיסקוסיע, און ניט גענוי ווי איז עס דורכגעפירט געוואָרן (ד.ה. מיט די גענויע ווערטער). ער שרײַבט, למשל, בזה הלשון: "... זי האָט זיך גלײַך אנגעבייזערט, און אַרויסגערופן אַז מע דארף ... האָב איך זי געענטפערט אַז מע דאַרף גאָר ..." אַנדערש געזאָגט, עס ווערט ניט איבערגעגעבן די גענויע רייד, און אוודאי ניט אין וועלכן דיעלעקט, און מיט וועלכע ספּעציפישע ווערטער: צי האָט דער מענטש זיך אויסגעדריקט מיט אַ מער כּלל-ייִדיש, צי גאָר מיט אַ לאָקאַלער דיאַלעקט, און מיט לאָקאַלע (צי בכלל ניט-ייִדיש) ווערטער?

2) עס איז ניט קלאָר, אין אַלע פאַלן, וועלכע פון די געראַטעוועטע האָבן געקענט גוט צי בכלל ריידן ייִדיש, אָדער צי זיי האָבן זיך אַלעמאָל אויסגעדריקט "בלויז" אויף ייִדיש. דאָס זײַנען געווען מענטשן וואָס האָבן טאַקע געאַרבעט אין אַ לאָקאַל – אינעם סוועטשאַפּ – וואו ייִדיש איז אויך באַנוצט געוואָרן, אָבער געווען דאָרט אויך ניט-ייִדן, און דערצו זײַנען די מיידן געווען אַלע פון פאַרשיידענע לענדער (רוסלאַנד, פּוילן, הונגאַרן, טשעכיע...) און ניט אַלע זײַנען דווקע געקומען פון ייִדיש-ריידנדיקע היימען צי סביבות. אַ טייל פון זיי זײַנען געקומען קיין אַמעריקע גאַנץ יונג און האָבן זיך אויסגעלערנט ייִדיש אין אַמעריקע.

3) עס איז אויך שווער צו וויסן, וויפל איז די השפּעה פון די אַמעריקאַניזמען (אַזעלכע באַקאַנטע ווערטער ווי "אָלרײַט" – פאַר "גוט", "מיסטער"– פאַר "פרײַנד/הער", אאַז"וו), אויף זייער אויסשפּראַך – מישטיינס געזאָגט, מיט וויפל דײַטשמעריזמען און סלאַווישיזמען זיי פלעגן זיך אויסדריקן – וואָס דער נאָרמאַלער (מאָדערנער) לייענער וועט זײַן שווער צו פאַרשטיין אָן אַ פּאַסיקן ווערטערבוך צי גלאָסאַר.

         3.1 אַ וואָרט וועגן שטומען אלף

סײַ איך, און סײַ דער מחבר פונעם טאָג-בוך באַנוצן זיך מיטן שטומען אלף (למשל איך שרײַב: "באַוואוסטזײַן" און ניט "באַוווּסטזײַן" ווי עס ווערט געטאָן אין געוויסע קרײַזן און פּובליקאַציעס). פאַרן לייענער וואָס דאָס איז שווער צו באַגרייפן, האָף איך איין טאָג – ווען די צײַט וועט דערלויבן, – צו קענען צוגרייטן פאַר אים/איר אַ פּאַסיקן טעקסט, אָּדער עפּעס אַן אויטאָמאַטישער ,איבערטײַטשער' וואָס וועט איבערמאַכן די ספּעציפישע ווערטער פון איין שרײַב-סטיל צו דער אַנדערער.

4. דער שווערער באַשלוס

מיר איז צום סוף בלויז פאַרבליבן איין ענדגילטיקע דילעמע: צי פאַרעפנטלעכן דאָס פאַר דער ביז איצט ניט וויסנדיקער באַפעלקערונג, – אָדער צי זאָל איך עס גאָר האַלטן בסוד?

האָבנדיק אויך אַ זשורנאַליסטישער הינטערגרונט און נייגונג, האָב איך געהאַלטן פאַר מאָראַליש ריכטיק, אַז מענטשן זאָלן וויסן וואָס איז פאָרגעקומען אין דער איבערראַשנדיקער, אָבער גלײַכצײַטיק אינגאַנצן אומבאַקאַנטער פּעריאָד פון ייִדישן לעבן וואָס ווערט דאָ באַשריבן.

איך האָף אויך, אַז די לייענערס וועלן קענען עפּעס לערנען וועגן דער גאָר אינטערעסאַנטער און וויכטיקער עטאַפּע אין ייִדישן לעבן, וואָס דער אָפּקלאַנג דערפון ווייסן מיר נאָך ניט ווי אַזוי עס וועט (אויב בכלל) ווירקן אויף אונדז, אויף אונדזער ייִדישן פאָלק, און אויף דער וועלט בכלל.

            לייבל באָטוויניק, פעברואַר, 2011. ה'תשע"א. 

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל