====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
שרה ברייטמאַן (#4)
דאָס איז מײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

נאָמען

שרה ברייטמאַן

2

נומער

04

3

געבוירן דאַטע

12טן יאַנואַר, 1890

4

וואו געבוירן

אין אַ פאָרשטאָט פון קיעוו

5

וואו געלעבט

באַלד נאָך מײַן געבוירן ווערן, אַוועק קיין לעטלאַנד. פאַרלאָזט אייראָפּע און אָנגעקומען אין ניו-יאָרק אין 1898. איך בין דעמאָלט געווען 8 יאָר אַלט.

6

הויך

1.50

7

וואָג

55 קילאָ

8

קאָליר אויגן

בלוי

9

קאָליר האָר

שוואַרץ

10

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

אַ ביסל געקרײַזלט

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

שווימען

ניין

2

ספּאָרט

ניין

3

מוזיק

איך האָב ליב צו זינגען

4

קונסט

ניין

5

טאַנץ

ניין

6

טעאַטער

ניין

7

פּרעסע

ניין

8

פּאָעזיע

ניין

9

פּראָזע

ניין – איך האַלט אַ טאָג-בוך [צי רעכנט זיך דאָס?]

10

קאָכן

יאָ

11

אַגריקולטור

ניין

12

חיות

ניין

13

שפּראַך - 1

ייִדיש (גאַנץ גוט). איך לייען און שרײַב ייִדיש – אַ דאַנק מײַן מאַמע וואָס האָט מיר געלערנט

14

שפּראַך - 2

ענגליש (זייער גוט). געלערנט אין אַ קינדער שול אין ניו-יאָרק לייענען און שרײַבן

15

שפּראַך - 3

רוסיש – איך פאַרשטיי אַ ביסל, אָבער בלויז ריידן, ניט לייענען אָדער שרײַבן


3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן פאָטער איז געווען אַ שנײַדער. עטלעכע יאָר נאָך מײַן געבוירן ווערן איז ער קראַנק געוואָרן און אַוועק אין ליכטיקן גן-עדן. איך בין געווען אַרום 6 יאָר אַלט. איך געדענק אים נאָך. ער פלעג ליב האָבן צו זינגען און דערציילן מעשׂיות.

----------

פעטערס – דאַכט זיך 2

מומעס – ווייס ניט

קוזינס – ווייס ניט – די מאַמע האָט כּמעט ניט גערעדט וועגן טאַטנס משפּחה

2

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

נאָך דעם ווי דער טאַטע איז נפטר געוואָרן, איז מײַן מאַמע געבליבן אַליין מיט מיר און נאָך 3 קלענערע שוועסטערלעך. זי האָט שווער געאַרבעט און אַליין געקרענקט, ביז איר ברודער אין אַמעריקע האָט פאַר אונדז אײַנגעאָרדנט פאָר-דערלויבענישן, און מע האָט באַלד פאַרלאָזט אייראָפּע און אָנגעקומען אין אַמעריקע אין 1898.

----------

פעטערס – צוויי (איינער אין אַמעריקע דער אַנדערער אין אַרגענטינע). מיט פעטער בעני (בנימין) אין אַמעריקע, און זײַן משפּחה בין איך אויפגעוואַקסן.

מומעס – דרײַ אין אַמעריקע. וועגן זיי ווייס איך ווייניק, ווײַל זיי זײַנען אַלע אַריבער קיין קאַליפאָרניע וואוינען.

קוזינס – אַ סך פון מאַמעס זײַט: בעניס 7 קינדער (די קען איך גוט), און פעטער שלמה (אין אַרגענטינע) מיט זײַנע 8 קינדער – וואָס איך האָב זיי קיינמאָל ניט באַקענט. און די 15 קוזינעס בײַ די דרײַ מומעס אין קאַליפאָרניע. פון זיי בלויז איין מאָל געזען 2 קוזינס וואָס זײַנען געקומען אויף אַ באַזוך בײַ פעטער בענין. זיי זײַנען אָבער געווען אַ סך עלטער פאַר מיר, האָב איך זיי נאָר געזען פון דער ווײַטנס, און גאָרניט זיך באַקענט מיט זיי.

3

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער: ניטאָ

 

שוועסטער: דרײַ ייִנגערע – חנהלע (19), שׂרהלע (18), מינדעלע (16)

4

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:        – נאָך ניט

קינדער: 0

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

האָסט ליב/פײַנט

 

שיינע קליידער.

2

וועגן זיך

 

צו 21 יאָר, האָב איך כּמעט גאָרניט געזען פון דעם לעבן, פון דער וועלט. איך האָב בלויז געציילטע נאָענטע חברטעס. מײַן גאַנצע וועלט איז קאָנצענטרירט אַרום מײַן קראַנקער מאַמען און מײַנע שוועסטערלעך. אפילו וואָס איך מיין אַז איך בין אַ גוטע און געטרײַע נייטאָרין, און אַלץ געטאָן אויף אַ געניטן און הויכן ניוואָ, איז מײַן קאָפּ ניט בײַ דער אַרבעט. איך טראַכט יעדע מינוט פון דער היים: וואָס דאַרף די מאַמע. וואָס דאַרף מען קאָכן. וואָס דאַרף מען צונייען. צי וואַשן. צי רייניקן.

מײַנע ייִנגערע שוועסטערלעך העלפן אויך אַ ביסל אין דער היים, אָבער איך וויל ניט אַז זיי זאָלן האָבן אַזאַ פינצטערן לעבן ווי איך. איך באַפרײַ זיי אָפט פון געוויסע אַרבעטן, און נעם דאָס אויף זיך. אין אַ געוויסן זין, איז דאָס אפשר אַ מין אַנטלויפן פון דער רעאַליטעט, מיטן אַרײַנטיפן זיך מער און מער אין דער הויז אַרבעט, און מיטן זאָרגן זיך פאַר אַלע. קיין קליידער אויף אַרויסצוגיין קויף איך ניט, און ניט קיין עלעגאַנטע שיך, אָדער שיינע מאַנטלען. אַלץ איז בײַ מיר אויסגערעכנט צו דער לעצטער פּעני פאַרן אײַנשפּאָרן און פאַרן קויפן נאָר די נייטיקסטע זאַכן און פאַרן עסן און דירה געלט (פאַרשטייט זיך...).

3

דערצייל וועגן צילן און חלומות

האָבן מײַן אייגענע משפּחה און מײַנע אייגענע קינדער, און זיי געבן די פולע ליבע וואָס אַ מאַמע גיט אירע קינדערלעך דאָס וואָס איך האָב ניט באַקומען פון מײַן מאַמען (כאָטש זי איז ניט שולדיק אין דעם – זי איז דאָך לאַנגע יאָרן פאַרעלטערט געוואָרן פאַר דער צײַט, שוואַך, און קראַנק).

4

ווילסט באַזוכן

איך האָב אַמאָל יאָ געחלומט וועגן פאַרלאָזן אַלץ, און רײַזן איבערן ים אויף אַ שיף און דער עיקר אָנקומען אויף ערגעץ אַ פאַרוואָרפענעם וואַרעמען טראּפּישן אינזל און זײַן אַליין, פון אַלץ און אַלעמען ווײַט.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל