====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
פייגע-הינדע גאָ
לדבערג (#10)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

 

***[ די אינפאָרמאַציעס וואָס העניע האָט דאָ אָנגעשריבן

זײַנען צום מערסטנטײל פֿאַלשע.

זי װעט בײַ דער נאָענטסטער געלעגנהײט איבערמאַכן דעם פֿאָרמולאַר]

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט  

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

נאָמען

העניע (פייגע-הינדע) גאָלדבערג    ***[פּ: ניט אמתער משפּחה-נאָמען]

2.    

נומער

10

3.    

געבוירן דאַטע

20סטן יולי, 1895 ***[פּ: ניט אמתע געבוירן דאַטע. זי איז עלטער]

4.    

וואו געבוירן

קעשענעוו, אוקראַינע ***[פּ: ניט אמתער געבוירן אָרט]

5.    

וואו געלעבט

אין קעשענעוו – ביז , 1905 און פון 1906 אין ניו-יאָרק

6.    

הויך

1.48

7.    

וואָג

50 קילאָ

8.    

קאָליר אויגן

ברוין

9.    

קאָליר האָר

ברוין

10.          

געקרײַזלטע

גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

 

 2. קענטשאַפטן און פעיקייטן  

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

שווימען

ניין

2.    

ספּאָרט

איך קען גוט לויפן

3.    

מוזיק

ניין                        

4.    

קונסט

ניין

5.    

טאַנץ

איך האָב ליב צו טאַנצן.

6.    

טעאַטער

ניין

7.    

פּרעסע

ניין

8.    

פּאָעזיע

ניין

9.    

פּראָזע

ניין

10.          

קאָכן

יאָ

11.          

אַגריקולטור

ניין

12.          

חיות

געהאַט אַ הונט ווען איך בין געווען יונג. אַמאָל אויך געריטן אויף אַ פערד

13.          

שפּראַך - 1

ייִדיש - גאַנץ גוט

14.          

שפּראַך - 2

ענגליש – אַ ביסל

15.          

שפּראַך - 3

אוקראַיניש – גאַנץ גוט

16.          

שפּראַך - 4

רוסיש – גאַנץ גוט, געלערנט בײַ פּריוואַטע לערערס

17.          

שפּראַך - 5

פראַנצויזיש – גאַנץ גוט, געלערנט בײַ פּריוואַטע לערערס

18.          

שפּראַך - 6

איטאַליעניש – גאַנץ גוט, געלערנט בײַ פּריוואַטע לערערס

3. משפּחה פּרטים  

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.   

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן פֿאָטער איז געװען אַ פֿאַרמעגלעכער סוחר פֿון טעקסטילן און היטלען. ער האָט קײנמאָל ניט דערצײלט װעגן קײן ברידער אָדער שװעסטער, װײס איך ניט צי ער האָט יאָ אָדער ניט געהאַט נאָך משפּחה. באָבע-זײדע זײַנען אַװעק פֿון דער װעלט װען איך בין געװען קלײן. כּמעט װי איך געדענק זײ ניט.

נאָך דער קעשענעװער פּאָגראָם פֿון 1905 האָט דער טאַטע פֿאַרלאָרן אַלע געשעפֿטן און האָט שױן מורא געהאַט צו פֿאַרבלײַבן אין אוקראַינע, האָבן מיר אַלץ פֿאַרקױפֿט און מיר זײַנען אַריבער קײן אַמעריקע. דאָ איז פֿאַרן טאַטן געװען שװער װידער אָנצוהױבן אַרבעטן, און װען די מאַמע איז געװאָרן קראַנק, האָט ער די גאַנצע אײַנשפּאָרונגען, כּמעט, אױסגעגעבן פֿאַר איר געזונט, פֿאַר דאָקטױרים און מעדיצינען. װען זי איז אַװעק אױפֿן עולם האמת, איז ער קורץ נאָך דעם אױך אַװעק פֿון דער װעלט.

----------

פעטערס: 0

מומעס: 0

קוזינס: 0

2.    

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע האָט כּמעט גאָרניט געטאָן – געװען אין דער הײם און האָט אָנגעפֿירט מיט די באַדינערס. זי איז אַן אײנציק קינד בײַ אירע עלטערן, באָבע-זײדע װאָס איך האָב קײנמאָל ניט געקענט. װען מיר האָבן באַדאַרפֿט פֿאַרלאָזן קעשענעװ און אַלצדינג פֿאַרקױפֿט און אַרױסגעװאַנדערט קײן אַמעריקע – מײן איך אַז דאָס האָט צעבראָכן איר געזונט. זי איז געװען צוגעװאױנט צו אַ שטיל און באַקװעם לעבן מיט באַדינערס און רײַך געלעבט. אין אַמעריקע האָבן מיר זיך אַלע אַרײַנגעקװעטשט אין אַ טונקעלער קלײנער דירה. דער טאַטע פֿלעג אַרױסגײן יעדן טאָג זוכן אַרבעט (און פֿלעג צוריקקומען מיט לײדיקע הענט) – און די מאַמע, װאָס איז געװען אָן אַ פֿאַך (קױם געקענט אַפֿילו קאָכן, צי צונײען די צעריסענע קלײדער) – איז אין אַ קורצער צײַט שטאַרק קראַנק געװאָרן. איך װײס ניט פֿון װאָס, גענױ – און איז מיט 3 יאָר צוריק אַװעק פֿון דער װעלט.

----------

פעטערס: 0

מומעס: 0

קוזינס: 0

3.    

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: ניט געהאַט. איך בין, ווי מײַנע עלטערן, אַן איינציק קינד.

 

4.    

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:      נאָך ניט

4. פּערזענלעכס  

#

טעמע

אויפקלערונג אדער ברירה

1.    

האָט ליב/פײַנט

כ'האָב ליב שײנע מוזיק, דער עיקר טאַנץ-מוזיק װי װאַלצן. איך האָב געהאָפֿט אַז איך װעל אײן טאָג חתונה האָבן מיט אַ רײַכן מאַן, בײַ אונדז אין קעשענעװ, אָבער דער גורל האָט אַנדערש געװאָלט.

2.    

וועגן זיך

 

נו, װי געזאָגט – כ'בין אַ קײַלעכדיקע יתומה... צו 15 יאָר אַלט אַלײן פֿאַרבליבן אױף דער װעלט, מיט כּמעט ניט קײן ירושה – בלױז אַ ביסל פֿון װאָס דער טאַטע האָט נאָך אָפּגעשפּאָרט אין דער אַלטער הײם און מיטגעבראַכט קײן אַמעריקע – װאָס די מערסטע איז אױסגעגאַנגען במשך פֿון די עטלעכע יאָרן װאָס ער און די מאַמע האָבן געלעבט.

צו 15 יאָר, בין איך פֿאַרבליבן אַ יתומה און באַדאַרפֿט זאָרגן פֿאַר זיך. מײַן אײנציקע גליק, איז װאָס דער טאַטעס געלט – גלײַך פֿון אָנהײב – האָט ער אינװעסטירט אין קױפֿן דער קלײנער דירה, האָט מען מיך כאָטש ניט אַרױסגעטריבן אױף דער גאַס.

כּדי צופאַרדינען, בין איך אַרױס זוכן אַרבעט. שױן באַלד דרײַ יאָר אַרבעט איך בײַם פֿאַך װי אַ נײטאָרין. דאָס איז מײַן 3טע אַרבעטס אָרט – אין טרײַענגל פֿאַבריק. פֿון די פֿריִערדיקע האָב איך געמוזט זיך אָפּטרײסלען, װײַל אומעטום זײַנען געװען מענער – צי צװישן די באַלעבאַטים, צי צװישן די שאַפּ-פלאָר פֿאַראַנטװאָרטלעכע, און אַפֿילו חתונה געהאַטע שנײַדערס – װאָס האָבן זיך צוגעטשעפּעט צו מיר, מײנענדיק אַז װײַל איך בין יונג און אַ יתומה, קענען זײ מיר אױסנוצן – צי ערגערס.

3.    

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך בין נאָך צו יונג פֿאַר חלומות – און צו שטאַרק פֿאַרנומען צו לעבן פֿון טאָג צו טאָג, צו קענען טראַכטן וועגן וואָס ווײַטער.

4.    

וויל באַזוכן

איך האָב יאָ געחלומט וועגן אָמאָל באַזוכן דעם ווײַטן אָריענט: כינע, יאַפּאַן, און יענע ערטער.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל