= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = 

Globus mit kimat ale kontinentnLeyblsVelt = לייבלסוועלט

מײַן וועלט (וואָס איך האָב ליב)


= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = 

ווי לאַנג די ערד וועט דרייען זיך
פון דוד באָטוויניק

ווי לאַנג די ערד וועט דרייען זיך
 און מענטשן וועלן פרייען זיך
און פייגל וועלן זינגען
וועט ייִדיש לשון קלינגען !

*****************************

כ'טראָג אַ האַרץ פול ליבע
– פון אברהם רייזען

 כ'טראָג אַ האַרץ פול ליבע,
כ'בין מיט ליבע רײַך.
גוטע מענטשן, שלעכטע –
אַלע זײַנען גלײַך...

---------------------------------------------------

איך און די וועלט – פון אברהם רייזען
(מוזיק: סידאָר בעלאַרסקי; לייבו לעווין)

ווען די גאַנצע וועלט וואָלט לײַדן,
מיר אַליין זאָל גוט זײַן בלויז,
וואָלט איך דאַן די וועלט די גאַנצע
אײַנגעלאַדן אין מײַן הויז. 

איך וואָלט טרייסטן זי און צערטלען,
און געזאָגט: ניט זאָרג זיך וועלט.
ביז זי וואָלט צו זיך געקומען
און זיך אויף די פיס געשטעלט.
 

ווען די וועלט געווען וואָלט גליקלעך
איך אַליין בלויז פול מיט לײד,
וואָלט איך דאַן צו איר געקומען,
און געפאָדערט: גיב מיר פרייד.  
 

אָבער אַז מיר ביידע לײַדן, –
סײַ די וועלט, סײַ איך אַליין,
האָט די וועלט ניט וואו צו קומען
און איך האָב ניט וואו צו גיין.

---------------------------------------------------


נאַציאָנאַל-געפיל
– פון יהואש
(מוזיק: אומבאַקאַנט)

 איך ווייס אַ בלום וואָס שפּראָצט און בליט,
און וואַקסט אָן טוי און רעגן,
זי דאַרף קיין פרישע ווינטן ניט,
קיין זון וואָס שײַנט אַנטקעגן...

 זי וואַקסט אין שטורעם און אין שניי,
ווען אַלע בלומען שטאַרבן,
דער שטורעם גיט איר זאַפט און קראַפט,
גערוך און זיסע פאַרבן...

 און ווען עס האָגלט, דונערט, בליצט,
און שטאַרקע ביימער פאַלן,
דאַן הייבט זי ערשט צו לעבן אָן,
דאַן הייבט זי אָן צו שטראַלן...

 די בלום הייסט ליבע צו דעם פאָלק,
די שפּראָצט אַרויס אין שטורעם,
זי ציט חיונה פונעם שמאַרץ
און נערט זיך פון יסורים....

---------------------------------------------------


מיַין וועלט
פון לייב נײַדוס

 אַזוי ווי טעמפּלען גאָטישע
אין רעש פון גאַסן שטאָטישע
שטראַלט ליכטיק מײַן עקזאָטישע,
          מײַן וואונדערלעכע וועלט;
ווײַט, ווײַט פון הײַזער גאַסיקע,
בײַ גערטנער אַנאַנאַסיקע,
אין שלעסער ווײַס-טעראַסיקע,
דאָרט בוי איך מײַן געצעלט.

 אַ פרײַנד, אַן עטיאָפּישער,
מיך היט אין וועלט אין טראָפּישער,
וואו דופט העליאָטראָפּישער
          שמעקט וואַנזיניק און פרײַ;
פּלאַטאַנען בליִען, צעדערן,
און פון אַ צווײַג אַיעדערן
העל-פאַרביק פינקלען פעדערן
פון ליבן פּאָפּוגײַ.

 כ'קען פרויען דאָרט ווילדזיניקע,
מיט לײַבער מיט בורשטיניקע,
מיט ליפּן מיט רוביניקע,
ווי זאַפטן פון גראַנאַט;
זיי שלענגלען זיך און פלאַטערן,
די טעכטער פון עקוואַטאַרן,
זיי קענען אײַך פאַרמאַטערן
און קיינמאָל בליַיבן זאַט.

ס'איז גוט אַזוי צו וואַנדערן
פון איין אָרט צו דעם אַנדערן,
דורך פּאַלמען, אָלעאַנדערן,
און קוקן בײַם באַסיין,
ווי דאָס קאָליברי-פליגעלע
טרינקט דופט פון בלומען-קריגעלע,
פון שטראַלנדיקן וויגעלע,
          וואו ס'שלאָפט די פּראַכט אַליין.

 אָ זאָלן מענטשלעך גרויאינקע,
בײַ שטיקלעך הימל בלויאינקע,
חשבונותלעך גענויאינקע
דאָרט פירן וועגן געלט...
ווײַט, ווײַט פון הײַזער גאַסיקע,
בײַ גערטנער אַנאַנאַסיקע,
אין שלעסער ווײַס-טעראַסיקע,
שטראַלט זוניק מײַן געצעלט.

---------------------------------------------------


צו מײַן פאָלק
– פון לייב נײַדוס

 שטיי אויף דער וואַך!
האָט דיך די שעה פון נסיון געטראָפן,
נעם און באַפריש די פאַרראָסטעטע וואָפן,
מאַך ניט די אויגן צו, לייג דיך ניט שלאָפן

שטיי אויף דער וואַך!

 זײַ ווי אַ פעלדז!
דער וואָס פאַרשטייט נאָר זײַן אומגליק -
דער קאָן עס.
ליאַרעמען בייז מעג דער ים פון סכּנות,
שטיי ווי פאַרגליווערט אין שטרענגער עקשנות

זײַ ווי אַ פעלדז!

 היט דײַן פאַרמעגן!
זײַ פאַר דײַן בנין אַ שומר, אַ טרײַער,
שיץ זײַנע אוצרות פון גיהנומשן פײַער,
שיץ דײַנע פּערל וואָס זײַנען דיר טײַער –
היט דײַן פאַרמעגן!

 בעטל קיין טרייסט!
גרויס איז דער וויי פון דײַן גרויסער נשמה,
בעט ניט בײַ קיינען קיין שטראַל פון נחמה,
מאַך ניט דײַן שטאָלץ און דײַן הייליקייט טמא –
בעטל קיין טרייסט!

 גלייב אין דײַן קראַפט!
מעג זײַן דײַן קערפּער צעוואונדעט, צעשטאָכן,
גלייב אין דײַן עָתִיד מיט פעסטן בטחון,
גלייב אין דײַן קינפטיקן גרויסן נצחון
 
גלייב אין דײַן קראַפט!

 ---------------------------------------------------

אַלע מענטשן זײַנען ברידער – יצחק לייבוש פּרץ
(מוזיק: אומבאַקאַנט)

[פראגמענט]

 ווײַסע, ברוינע, שוואַרצע, געלע,
מישט די פאַרבן אויס צוזאַמען.
אַלע מענטשן זײַנען ברידער
פון איין טאַטן, פון איין מאַמען.

 אַלע מענטשן זײַנען ברידער
שוואַרצע,
ווײַסע, ברוינע, געלבע,
אַנדערש זײַנען נאָר די פאַרבן
די נאַטור איז דאָך די זעלבע.

 ---------------------------------------------------


מיין נישט 
– יצחק לייבוש פּרץ

(מוזיק: מאיר באָגדאַנסקי)

מיין נישט, די וועלט איז אַ קרעטשמע – באַשאַפן
צו מאַכן אַ וועג מיט פויסטן און נעגל
צום שענקפאַס, און פרעסן און זויפן, ווען אַנדערע
קוקן פון ווײַטן מיט גלעזערנע אויגן
פאַרחלשט, און שלינגען דעם שפּײַעכץ און ציען
צוזאַמען דעם מאָגן, וואָס וואַרפט זיך אין קראַמפן! –
אָ, מיין נישט, די וועלט איז אַ קרעטשמע!

מיין נישט, די וועלט איז אַ בערזע – באַשאַפן
דער שטאַרקער זאָל האַנדלען מיט מידע און שוואַכע,
זאָל קויפן בײַ אָרעמע מיידלעך די בושה,
בײַ פרויען די מילך פון די בריסטן, בײַ מענער
די מאַרך פון די ביינער, בײַ קינדער דעם שמייכל,
דעם זעלטענעם גאַסט אויף וואַקסענעם פּנים –
אָ, מיין נישט, די וועלט איז אַ בערזע!

מיין נישט, די וועלט איז אַ הפקר – באַשאַפן
פאַר וועלף און פאַר פוקסן, פאַר רויב און פאַר שווינדל;
דער הימל – אַ פאָרהאַנג, אַז גאָט זאָל נישט זען!
דער נעפּל – מע זאָל אויף די הענט דיר ניט קוקן!
דער ווינט – צו פאַרשטיקן די ווילדע געשרייען;
די ערד – אײַנצוזאַפּן דאָס בלוט פון קרבנות –
אָ, מיין נישט, די וועלט איז אַ הפקר!

די וועלט איז קיין קרעטשמע, קיין בערזע, קיין הפקר!
געמאָסטן ווערט אַלעס, געוואויגן ווערט אַלעס!
קיין טרער און קיין בלוטיקער טראָפּן פאַרגייען,
אומזיסט ווערט קיין פונק אין קיין אויג נישט פאַרלאָשן!
פון טרערן ווערט טײַכן, פון טײַכן ווערט ימים,
פון ימים – אַ מבול, פון פונקען – אַ דונער –
אָ, מיין נישט, לית דין ולית דיין!

---------------------------------------------------


ס'נײַ | שרײַב | פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פּ. | היים