====================================================================

מער קיין פּחד ניט:

I - דער פּאַסטעך!

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

Book Cover - הילע

*   *   *

איך װיל ניט קײן אײַזערנע קײטן.
איך װיל ניט קײן גאָלדענע קרוין.
די קנעכטשאַפט איז מיאוס און ביטער,
זי מעג זײַן די גאָטהייט אַליין..."
- "איך װיל ניט קײן אײַזערנע קײטן" פון ברוך וולאַדעק

*    *    *

דאָס בוך איז געווידמעט אַלע פרויען אויף דער וועלט,
אָנהייבנדיק מיט מײַנע אייגענע:

§       מײַן טײַערער מאַמען וואָס האָט מיר געלערנט דרך-ארץ פאַר פרויען

§       מײַן טײַערער פרוי און לעבנס-באַגלייטערין מלכּה

§       מײַן טײַערן טעכטערל מרים (וואָס מיר רופן זי אויך מירעלע און מירעלאַ) – זי זאָל אויסוואַקסן אין אַ בעסערער וועלט

 
די באַאַרבעטונג פון דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך איז אַ ספּעציעלע מתּנה מרימען. עס איז אַ פּועל-יוצא פון די צוגרייטונגען צו איר בת-מצווה שמחה, וואָס איז פאָרגעקומען מערץ-אַפּריל 2006, און וואָס איז על-פּי צופאַל געפײַערט געוואָרן (און אפשר גאָר באַשערט געווען צו ווערן געפײַערט) פּונקט שבת-קודש פּרשהס ויקהל-פקודי, כ"ה אדר, ה'תשס"ו – דעם 25סטן מערץ 2007 – גענוי מיט 95 יאָר שפּעטער... 

* אַ הערה צו דעם טיטל. 

   פאַראַנען דרײַ מעגלעכע ווערטער פאַר דעם געדאַנק (און געפיל) פון "פּחד".

   בײַ ווײַנרײַכן - אין זײַן ייִדיש-ענגלישן-ענגליש-ייִדישן ווערטערבוך געפינט מען די פאָלגנדיקע טײַטשן:

               פון  ווײַנרײַכס ווערטערבוך:
די מוראFear, apprehension
דער פּחדFear, dread, awe, (psychol.) anxiety
די/דער שרעקFear, alarm, terror

דאָס וואָרט "מורא" וואָלט כּמעט געפּאַסט, נאָר היות ווי עס האָט אויך אַ שייכות מיט גאָטספאָרכטיקייט - מיט יראת שמים - האָב איך באַשלאָסן אַז עס פּאַסט ניט צו צו דער געשיכטע וואָס ווערט פאָרגעשטעלט אין דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך. 

דאָס וואָרט "שרעק" צײַגט אויך גיכער אָן אין א צײַטווײַליקן (אפילו איינמאָליקן) פּחד - ווי מיט זײַן ענגלישן טײַטש "טעראָר". 

פון די דרײַ, איז פאַרבליבן "פּחד" - וואָס לויט דעם באַנוץ קען דאָס אויך מיינען אַ (רעלאַטיוו) לאַנג-דויעריקן פּחד - און אַזוי איז טאַקע געווען בײַ די אַרבעטערינס פון טרײַענגל פאַבריק. דאָס אויסנוצן זיי טאָג-אײַן טאָג-אויס, די פאַרשיידענע דראָאונגען און פּסיכאָלאָגישער דרוק וואָס איז אַרויפגעצוואונגען געוואָרן אויף זיי (און אויך אין אַנדערע סוועטשאַפּן) קען מען, מיין איך, אַמבעסטנס באַשרײַבן מיט דעם טאָג-טעגלעכן "פּחד" וואָס האָט געלויערט אויף די אומשולדיקע קרבנות פון דעם שרעקלעכן טרײַענגל פאַבריק פײַער אין ניו-יאָרק, פון 1911 - וואָס ווערט באַשריבן אין דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך.

תּוכן

אילוסטרירטע הקדמה
עברית | ENGLISH


ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל