====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
סאָניאַ וועכטער (#29)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל  

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

סאָניאַ וועכטער

2.

נומער

17

3.

געבוירן דאַטע

5טן יאַנואַר, 1894

4.

וואו געבוירן

פּאַריז, פֿראַנקרײַך

5.

וואו געלעבט

אין פּאַריז ביז 1906. פון 1906 אין ניו-יאָרק

6.

הויך

1.60

7.

וואָג

55 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

גראָ

9.

קאָליר האָר

שוואַרץ

10.

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

שווימען

יאָ

2.

ספּאָרט

יאָ

3.

מוזיק

איך קען ניט קיין אינסטרומענטן, אָבער איך האָב ליב צו הערן

4.

קונסט

ניין

5.

טאַנץ

איך האָב ליב צו טאַנצן

6.

טעאַטער

איך האָב אַ ביסל געשפּילט אין שול

7.

פּרעסע

איך האָב אַמאָל געהאָלפֿן מיט דער שול בולעטין

8.

פּאָעזיע

איך האָב ליב צו שרײַבן לידער

9.

פּראָזע

איך האָב ליב צו לייענען

10.

קאָכן

איך קען נישט קאָכן אַזוי גוט

11.

אַגריקולטור

ניין

12.

חיות

איך האָב ליב הינט

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – זייער גוט

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – זייער גוט

15.

שפּראַך - 3

פראַנצויזיש – זייער גוט

16.

שפּראַך - 4

פּויליש – איך פֿאַרשטיי אַ ביסל

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע, האָט געאַרבעט אין אַ באַנק אין פּאַריז. דאָ אין ניו-יאָרק אַרבעט ער װי אַ בוכהאַלטער.

----------                

פעטערס:2  

מומעס:2

קוזינס: 5 – די פֿעטערס און מומעס וואוינען אין פֿראַנקרײַך און אין שוועדן.

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז פֿון פֿינלאַנד. װען זי איז געװען אַ 20 יאָר אַלט, איז זי געפֿאָרן לערנען אין פּאַריז – דאָרט האָט זי זיך באַקענט מיטן טאַטן און אין אַ קורצער צײַט האָבן זײ חתונה געהאַט. די מאַמע אַרבעט אױך װי אַ שנײַדערין, אָבער אין אַן אַנדער אָרט – ניט װאו איך אַרבעט, אין טרײַענגל פֿאַבריק (איך האָף אַז זי װעט זיך ניט זאָרגן װעגן מיר – אַז איך בין נעכטן ניט אַהײמגעקומען נאָכן פֿײַער).

----------

פעטערס: 1 - דער פֿעטער האָט נאָך ניט חתונה געהאַט

מומעס: 0

קוזינס: 0

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך בין די עלטסטע פון 3 קינדער: 1 שוועסטער און 1 ברודער

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן: איך האָב אַ חתן. ער האָט צוגעזאָגט אַז קומענדיקע װאָך װעט ער קומען צו אונדז אין דער הײם, כּדי זיך צו באַקענען מיט מײַנע עלטערן. און מיט אַ װאָך שפּעטער, זאָגט ער, װעט ער מיר פֿאַרבעטן צו זיך אין דער הײם, צו באַקענען זיך מיט זײַנע עלטערן.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָסט ליב/פײַנט

איך האָב זײער ליב ספּאָרט און געניטונג. איך האָף אײן טאָג צו האָבן גענוג געלט אױף צו קױפֿן מײַן אײגענעם ביציקלעט.

2.

וועגן זיך

 

איך האָב אײן ברודער און אײן שװעסטער. מיר זײַנען זײער נאָענט אײנע מיט דעם אַנדערן. מיר קריגן זיך זעלטן און העלפֿן גאָר אײנעם דעם צװײטן. אַלץ טוען מיר צוזאַמען. דערװײַלע זײַנען זײ נאָך צו יונג צו קומען אַרבעטן אין פֿאַבריק מיט מיר – אַזױ זאָגט דער טאַטע (כאָטש איך װײס אַז עס זײַנען יאָ פֿאַראַן ייִנגערע – אַפֿילו ייִנגערע פֿאַר זײ, – װאָס אַרבעטן אין פֿאַבריק). דערפֿאַר אָבער, פֿאַרברענגען מיר אַ סך צוזאַמען, לױפֿן, שװימען, װאַרפֿן פּילקע, און נאָך. ס'איז גוט צו זײַן יונג.

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך האָב אָפֿט געחלומט װעגן װערן אַ ספאָרטלערין – און בין אינספּירירט געװאָרן פֿון דער װאַקסנדיקער צאָל פֿרױען ספּאָרטלערינס און גימנאַסטן.

4.

ווילסט באַזוכן

איך האָף צו קענען אײַנשפּאָרן גענוג געלט אױף צו פֿאָרן קײן שטאָקהאָלם אויף די קומענדיקע אָלימפּישע שפּילן פֿון 1912.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל