====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 4

4.3 שטאָט-פּלאַן

צוריק צו: 4.2 נײַע ענערגיע

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

(09:00)

באַלד נאָכן אָפּעסן און אָפּבענטשן, רופֿט דער פּאַסטעך צונױף אַלע מײדלעך, און פֿירט זײ צו אױף אַן אָרט װאו עס שטײען עטלעכע גרױסע קאַסטנס פֿון האָלץ. ער הײסט זײ זיך אױסשטעלן לױט די הײַזער זײערע, אָבער אױף אַזאַ אופֿן, אַז זײ זאָלן קענען זען װי ער קראַצט אַרײַן אין דער ערד אַ סקיצע פֿון די גאַסן און געבײַדעס פֿונעם שטעטל "בראשית", װאָס װערט פּלאַנירט. ער נעמט צונױף דערבײַ עטלעכע גרעסערע שטײנער, און שטעלט זײ אױס צװישן די אױסגעקראַצטע שטעגלעך, כּלומרשט פֿאַר בנינים.

ער צײַגט פֿאַר זײ דעם פּלאַן װי ער האָט בדעה מע זאָל אױסשטעלן די פֿאַרשײדענע געבײַדעס: אַ חוץ די 5 הײַזער פֿאַר די מײדלעך און אױך אײנס פֿאַר אים, װעט מען אױך אײַנאָרדענען אַ צענטראַלע געבײַדע װאָס װעט פֿון אָנהײב דינען װי אַן עס-און-פֿאַרברענג זאָל, שול, ביבליאָטעק, קליניק, און ביוראָ פֿאַר דעם פּאַסטעך. שפּעטער װעט מען הינטער דעם אױפֿבױען דעם בית-מדרש און לערן-שול.

ער דערצײלט זײ װי אַזױ זײ װעלן אָפּמעסטן און פֿאַרצײכענען די פֿאַרשײדענע אָפּטײלונגען פֿון שטעטל, די גאַסן און שטעגן, הינטער-געסלעך און אַלײען, די פֿאַרשײדענע געבײַדעס װאָס זײ װעלן דאַרפֿן מיט דער צײַט האָבן. ער װײַזט זײ אױך װאו עס װעלן זײַן פּאַרקן, און אַנדערע ערטער װאו עס װעט ניט זײַן קײן געבױ, נאָר װעט בלײַבן "גרין".

דאָס אַלץ װעט זײַן אָפּגערוקט מיט עטלעכע קילאָמעטער טיפֿער, װײַט פֿונעם ברעג פֿון דער אָזיערע, – דעם אָרט װאו זײ זײַנען אָנגעקומען, און װאו זײער געצעלטן-דערפֿל געפֿינט זיך איצטער.

– "מיר װעלן דערװײַלע װאױנען דאָ, אין די געצעלטן. דאָ האָבן מיר אַלץ װאָס מיר דאַרפֿן פֿאַר אונדזערע מינימאַלע נײטן. מיר קענען אָבער ניט לעבן שטענדיק אַזױ. עס איז ניט גענוג באַקװעם, אָדער גינסטיק פֿאַר אַ רואיקן קהילה-לעבן. מיר װעלן דערפֿאַר דאַרפֿן יעדן טאָג שפּאַנען אַהינצו צו אַרבעטן, סײַ בײַם אײַנטײלן דעם שטח פֿון דעם שטעטל, װאָס שײך גאַסן און געסלעך, פּאַרקן און פּלעצער (און װאו עס װעלן שטײן די פֿאַרשײדענע הײַזער און געבײַדעס) – און סײַ,– פֿאַרשטײט זיך, – זײ אָנהײבן אױפֿשטעלן און אױפֿבױען."

– "װאָס? מיר דאַרפֿן טאָן פֿיזישע אַרבעט? איך בין דאָך אַ נײטאָרין – ניט קײן בױער..." רופֿט זיך גלײַך אָפּ מאַשע לעװין [#11] אין פּראָטעסט – "גײסט אונדז דאָ פֿאַרשקלאַפֿן? װאָס זײַנען מיר אין מצרים אָנגעקומען בױען פּיראַמידן? – אָ נײן. דאָס איז ניט פֿאַר מיר..."

– "איך בין צו אַלט פֿאַר דעם." זאָגט חיה גרין [#17]. "איך האָב פּראָבלעמען מיטן רוקן. איך טאָר בשום אופֿן זיך ניט אָנשטרענגען."

– "און ליבע [סאָבאָל #21] איז דאָך שװאַנגער. זי טאָר זיך גאָר ניט איבעראַרבעטן," זאָגט חנה דיכטער [#7].

– "און איך בין אױך שװאַנגער!" אַנטפּלעקט מיט אַ שמײכל מינדל אײדלשטײן [#2], דעם ביז-איצטיקן גרױסן סוד אירס, פֿאַר אירע חבֿרטעס.

עס װערט אַ טומל, און אַלע הײבן אָן רײדן מיט אַ מאָל:

– "װאָס... אױף אַן אמת? װי אַזױ?"

– "װאָס איז געשען?"

– "אין אַ גוטער שעה... "

– "מײדלעך, מײדלעך. זײַט אַזױ גוט. באַרואיקט זיך. איצט איז ניט די צײַט אַרײַנצוגײן אין דעם. ניט יעדע אײנע פֿון אונדז װעט מוזן טאָן שװערע פֿיזישע אַרבעט. עס זײַנען דאָ גענוג זאַכן צו טאָן װאָס נײטיקן זיך דװקע ניט אין כּוח... איך װיל אײַך אָבער דערמאָנען, אַז איך קען אײַך נאָך ניט גוט, מוזט איר מיר דערמאָנען אײַער נומער און װי איר הײסט, װען איר נעמט אַ װאָרט."

– "איך הײס גיטל גערשנזאָן, נומער 3, און איך האָב דװקע יאָ ליב צו אַרבעטן. גיב מיר די שװערסטע זאַכן צו טאָן. איך װעל אײַך אַלעמען װײַזן." זאָגט די הױכע, פֿעסט-געבױטע מױד.

– "און איך הײס סאָסיע טײטלבױם, נומער 15. איך האָב אױך ניט מורא צו אַרבעטן," גיט צו אַן אַנדער מײדל.

– "װאָס זײַט איר אַלע שרעקעװדיקע געװאָרן?" טאַדלט זײ אַ דריטע. "איך הײס נחמה ראָזענצװײַג, נומער 20. און איך מײן, אַז אױב דער פּאַסטעך זאָגט אַז מיר דאַרפֿן אַרבעטן, טאָ לאָמיר זיך אַ נעם טאָן..."

– "װאָס װײסטו?" ענטפֿערט איר חנה אַלטמאַן [#14], און גיט זי אַ שטופּ אָפּ. "װי נאָר אַ מאַנסביל זאָגט דיר װאָס צו טאָן, פֿרעגסט ניט קײן שאלות, און טוסט אים צוליב, װי אַ געטרײַער הונט..."

נחמה װערט גלײַך אױפגעצאָרנט: "װאָס װײס איך? – װאָס װײסטו?" און װי אַ װילדע קאַץ װאַרפֿט זי זיך גלײַך אױף חנהן. בײדע פֿאַלן אױף דער ערד און צערײַסן, צעבײַסן, און צעבײַלן זיך.

– "מירל, טו עפּעס. זאָג עפּעס. װאָס שװײַגסטו?" רופֿט זיך אָפּ די יונגע מלכּה געגערמאַן [#8] צו מירל פּערלמאַן [#16] װאָס שטײט לעבן איר.

אײדער דער פּאַסטעך קען רעאַגירן, גיט מירל אַרױס אַ באַפֿעל:

– "שׂרה [ברײטמאַן #4], בלומקע [זיסמאַן #23], טײלט זײ פֿונאַנדער."

װי נאָר די שטאַרקערע מײדן דערװײַטערן די צװײ צעהיצטע און שױן צעבלוטיקטע מײדן, און ס'װערט אַ ביסל אײַנגעשטילט, דרײט זיך אױס מירל צו די אַנדערע און רעדט צו זײ אַזױ:

– "טײַערע חבֿרטעס, מיר טאָרן זיך ניט קריגן אײנע מיט דער אַנדערער. דערװײַלע זײַנען מיר דאָ אָן קײן ברירה. מירן טאָן װאָס מע דאַרף," און זי דרײט זיך אױס צום פּאַסטעך. "אָבער מירן ניט זײַן דאָ קײן שקלאַפֿן..."

– "מירע רופֿט מען דיר, דאַכט זיך, – אַ-יאָ?"

– "ניט מירע, נאָר מירל. מירל פּערלמאַן. נומער 16." שפּײַט זי אַרױס, װי אַ געפֿאַנגענער סאָלדאַט װאָס גיט בלױז אָן זײַן נאָמען און נומער.

– "אַנטשולדיק. מירל. קײנער איז דאָ ניט קײן שקלאַף. פֿאַרקערט. איר װעט דאָ בױען און שאַפֿן פרײַערהײט, פֿאַר זיך. איר װעט אױך קענען אױפֿװײַזן דעם כּוח און אױסדױער פֿון דער פֿרױ, און גלײַכצײַטיק האָט איר דאָ די ריכטיקע געלעגנהײט צו װײַזן מיט מעשׂים און ניט נאָר מיט בלױז װערטער, אַז איר װילט און קענט אױסקלאַפּן און אױסבױען אַ בעסערן לעבן. זײַט טאַקע פּיאָנערן פֿון אַ נײַעם ייִדישן לעבן. פֿרױען קענען אױך זײַן בױערס."

– "מיר זײַנען גרײט אױסצוהערן." ענטפֿערט אים קאַלט מירל.

דער פּאַסטעך קלערט זײ װײַטער אױף, אַז דאָס איז אפֿשר ניט דער אידעאַלער אױסשטעל און צונױפשטעל פֿון אַ שטעטל. ער זאָגט אָבער צו, אַז ער װעט זיך באַמיִען צו נעמען אין אַכט גוט אױסגעפּרואװטע פּרינציפּן פֿון מוניציפּאַלער חכמה אין פּלאַנירן די װאױן ערטער, און דעם שטעטל בכלל. פֿאַראַן אַ סך שטודיעס געמאַכט געװאָרן פֿון עקספּערטן, אַרכיטעקטן, און בױ-אינזשיניערן, און אױב מע װעט דאָס גוט אױספּלאַנירן, קען װערן פֿון דעם זײער אַ גוטער, באַקװעמער, און פּאַסיקער אָרט פֿאַר זײ צו לעבן.

ער קלערט פֿאַר זײ אױף, אַז פֿון אָנהײב װעלן די ערשטע געבײַדעס זײן הײַזער װאָס אין זײ װעלן װאױנען אַלע מײדלעך פֿון אײן "הױז-קאָליר", װי ביז אַהער אין די געצעלטן. מיט דער צײַט, אָבער, װעט יעדע מײדל באַקומען איר אײגן הױז, מיט איר אײגענער שטח.

ער רעכנט פֿאַר זײ אױך אױס װאָס פֿאַראַ סאָרטן צוגאָב-געבײַדעס מע װעט דאַרפֿן: בית-מדרש (שיל), לערן-שול, ביבליאָטעק, מעדיצינישער קליניק, עס-און-פֿאַרברענג זאַל, און אַזױ װײַטער. ער גיט אױך צו, אַז צוזאַמען מיט דעם װאױן-שטח, מוז מען אַ געװיסע פּראָצענט אױך אָפּגעבן פֿאַר פֿאַרװײַלונג און ספּאָרט (פּאַרקן, אַלײען, שפּאַציר-שטעגן, ספּאָרט-פֿעלדער). ער שטרײַכט אונטער די נױטװענדיקײט פֿון פּרעזערװירן די נאַטור, – לעבן מיט איר בשלום, אַזױ צו זאָגן, – און זען אַז גענוג גרין-שטח זאָל פֿאַרבלײַבן פֿאַר יעטװעדנס װאױלזײן, און אַז בכלל זאָל מען אָפּהיטן דעם אַרום, ניט שעדיקן, ניט פֿאַרשמוצן צי פֿאַרפּעסטיקן, און אַזױ װײַטער.

נאָך דעם װי ער ענטפֿערט אױף אַ צאָל פֿראַגעס פֿון די מײדלעך, עפֿנט ער אױף אַ קאַסטן, און הײבט אָן אַרױסנעמען פֿון דאָרט פֿאַרשײדענע מכשירים: האַמערס, טשװאָקעס, זעג, שטריק, קלײנע רױטע פֿענער, און עטלעכע פּאָר שער. ער ציט אַרױס אַ פּעקל, װאָס ער װיקלט פֿונאַנדער, און נעמט פֿון דעם אַרױס דינע סטױפּן (שטעקעלעך מיט שפּיצן), בערך אַ האַלב מעטער די לענג. ער טײלט אױס יעדע אײנע אַ פֿלאַש װאַסער פֿון אַנדערט-האַלבן ליטער.

– "איך גיב אײַך ניט די װאַסער, כּדי איר זאָלט דאָס גלאַט מיטשלעפּן, נאָר איר זאָלט דאָס טאַקע אױסטרינקען. און איך מײן ניט, גלאַט אַ זופּ טאָן, נאָר טאַקע גוט טרינקען. מיר קומען ניט צוריק, ביז איר האָט ניט אין די עטלעכע שעה אױסגעטרונקען כאָטש אַ העלפֿט פֿונעם פֿלעשל. עס איז גאָר װיכטיק צו טרינקען אַרום 2 ליטער אַ טאָג װאַסער."

װען ער קומט צו די מײדן װאָס האָבן זיך ערשט געשלאָגן, – צו נחמהן און צו חנהן, – באַקוקט ער זײ, צי זײ זײַנען ניט צו שטאַרק צעקלאַפּט צי פאַרװאונדעט. ער זעט אַז כאָטש זײ זײַנען בײדע צעשױבערט, צעבײַלט, און צעגראַבלט, איז עס ניט געפֿערלעך.

– "די טשװאָקעס װעלן מיר הײַנט ניט דאַרפֿן, אָבער װער װײסט? מירן זײ מיטנעמען. דאָס װעגט ניט קײן סך. פֿאַראַן אין דעם און אין די אַנדערע קאַסטנס, נאָך בױ- און אַרבעטס-מכשירים און מאַטעריאַלן, אָבער מירן זײ הײַנט ניט דאַרפֿן. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז די מערסטע פֿון אײַך האָט אין אײַער לעבן אַפֿילו קײן האַמער ניט געהאַלטן אין האַנט, מישטײנס-געזאָגט אַ זעג, צי אַ הובעלע. איך װעל אײַך אױסלערנען אַלץ װאָס איר װעט דאַרפֿן. דערװײַלע װעלן מיר מיטנעמען די האַמערס, סטױפּן און שטריק, מיט אַ פּאָר שער, און אײן זעג. אױך צװײ לאָפּעטעס. אפֿשר װעלן מיר זײ דאַרפֿן... װער װיל העלפֿן טראָגן?"

נאָכן אױסטײלן די געצײַג, פֿירט ער זײ אָפּ אַ צװײ קילאָמעטער ביז זײ קומען אָן אין אַ פֿלאַכער פֿעלד ניט װײַט פֿון אַ טײַכל עטלעכע און אַכציק מעטער די ברײט, װאָס פֿליסט פֿון דער אָזשיערע. זײ מערקן, אַז פּונקט דאָ ניט װײַט צעצװײַגט עס זיך אין דרײַ קלענערע טײַכלעך.

לױט די אינסטרוקציעס פֿונעם פּאַסטעך, הײבן זײ אָן אױסמעסטן און אַרײַנבראָקן די סטױפּן פֿאַר סימנים. זײ בינדן צו שטריק פֿון שטעקן צו שטעקן, און אױך די קלײנע פֿענער. אַזױ אַרום אַרבעטן זײ אָפּ אונטער דער פֿרײַער הימל, און שטעלן אױס די הױפּט געסלעך און אַלײען פֿון זײער צוקונפֿטיקן שטעטל "בראשית". זײ מאַכן דערבײַ אױך סימנים װאו די געבײַדעס דאַרפֿן זײַן.

נאָך אַ דרײַ שעה פֿון אַרבעט, גרײטן זײ זיך צוריקצוקערן צום געצעלטן-שטעטל.

– "מאָרגן, װעלן מיר קומען מיט היטלעך אָדער טיכלעך, כּדי צוצודעקן די קעפּ. אָבער אײדער מיר גײען צוריק, װיל איך אײַך װידער דערמאָנען װעגן טרינקען װאַסער. אַזױ אַרום, װעט איר אױך האָבן װײניקער װאָס צוריקצושלעפּן. און דו, איינע פון די צווילינגס (אויסער מיר צי איך דערקען ווער איז ווער...)," זאָגט ער, אַרײַנקוקנדיק אין זײַן רשימה. "דו, רבקה [#18], צי לאה יודלמאַן [#19], מײן ניט אַז איך האָב ניט געזען װי דו גיסט אױס פֿון צײַט צו צײַט דײַן װאַסער. װאַסער, דו זאָלסט װיסן, – איר זאָלט אַלע װיסן, – איז אַ טײַערער אוצר װאָס דער רבונו-של-עולם האָט אונדז געשאָנקען. מים-חײם, רופֿט מען דאָס, און מע טאָר עס ניט גלאַט פּטרן צי אױסגיסן."

(13:00)

אַ זײגער אײנס נאָך מיטאָג, קומען זײ צוריק פֿון זײער אַרבעט, און גײען זיך אָפּװאַשן פֿאַרן עסן. נחמה ראָזענצװײַג [#20] רופֿט צו זיך צו צװײ חבֿרטעס, שׂרה ברײטמאַן [4#] און חיה גרין [17#], זיי זאָלן זי אַרױסהעלפֿן אין צוגרײטן די מיטאָג און אָוונט מאָלצײַטן. נאָכן עסן און אָפּבענטשן, צעגײען זיך די מײדלעך כּדי גוט אױסנוצן די אָפּרו-פּעריאָד. אַ טײל װאַנדערט גלאַט אַרום, און עטלעכע גרופּעס חבֿרטעס פֿאָרמירן זיך און זײ רעדן צװישן זיך. אַ גרױסע טײל פֿון די מײדלעך גײען אָבער אַרײַן אין די געצעלטן זיך אָפּרוען: כאָטש די אַרבעט איז ניט געװען קײן שװערער אין דער פֿרי, זײַנען זײ דאָך ניט צוגעװאױנט צו פֿיזישער אָנשטרענגונג, װי פּשוט און לײַכט זי זאָל ניט זײַן.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 4.2 נײַע ענערגיע

פאָרויס צו: 4.4 לימודים – I – די וועלט ביז 1911

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל