====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 7

7.3 אַ ייִדישע היים

צוריק צו: 7.2 אַ "גוירל"דיקער טאָג

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 7

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "יוגנט הימן"

********

(14:00) 

באַלד נאָכן עסן און אָפּבענטשן, קלערט דער פּאַסטעך זײ אױף װעגן װאָס זײ גײען טאָן הײַנט בעת דער אַרבעט פֿון צוגרײטן זײערע װאױן-ערטער, און ער שיקט זײ זיך איבערטאָן אין די אַרבעטס-קלײדער. די מײדלעך פֿאַרזאַמלען זיך װידער, און ער טײלט זײ אױס פֿאַרשײדענע אַרבעטס מכשירים, זעגן, האַמערס, לאָפּעטעס, און אַזױ װײַטער.

– "איך האָב אַ פֿאַרשלאָג," רופֿט אַרױס סאָסיע טײטלבױם [#15]. "איר װײסט דאָך אַלע אַז איך האָב ליב אַרבעטן. פֿונדעסטװעגן, בין אױך אױך אַ פּראַקטיש מענטש. פֿאַרװאָס, למשל, שלעפּן מיר יעדן טאָג די מכשירים אַהין און צוריק, – פֿון דאַנען װאו די געצעלטן זײַנען, ביז אַהין, װאו מיר שטעלן אױף אונדזער שטעטל? דאָס, מײן איך, איז נאַריש. פֿאַרװאָס זאָלן מיר זײ ניט איבערלאָזן דאָרט, אױפֿן אָרט? ס'איז דאַך קײנער ניטאָ װאָס װעט זײ טשעפּען, און אַװדאי ניטאָ װער זאָל זײ גנבֿענען..."

– "איך װאָלט אַפֿילו צוגעגעבן," שטיצט זי אונטער חנה זאַנד [#24], "אַז ס'איז אױך אַ סכּנה, שלעפּנדיק די רידלען אַזױ װײַט, אַז עמעצער קען חלילה צעקלאַפּן אַ צװײטער, װײַל ס'איז ניט באַקװעם צו טראָגן, און אָפֿט האַלט מען דאָס אױף אַזאַ אופֿן (למשל איבער אַן אַקסל), װאו עס קען אײנעם אָנטרעפֿן אין קאָפּ. נעכטן איז דאָס שיִער ניט געשען צו מיר..." 

– "דער אמת געזאָגט," ענטפֿערט זײ דער פּאַסטעך, "דאָס איז דערפֿאַר, װאָס מיר דאַרפֿן די מכשירים דאָ אױך, טאָמער נײטיקן מיר זיך אין זײ. און נאָך אַ סיבה איז, װאָס איר דאַרפֿט זיך לערנען אַלעמאָל אָפּהיטן אײַערע זאַכן – ספּעציעל אַרבעטס מכשירים און ביכער. װען איר נעמט עפּעס, דאַרפֿט איר עס תּמיד – בײַם פֿאַרענדיקן אַרבעטן מיט דעם (אָדער, להבֿדיל, לײענען אַ בוך) – אַלעמאָל צוריקלײגן אױפֿן אָרט. מכשירים, למשל, װאָס מע לײגט זײ ניט צוריק אױפֿן אָרט, װערן פֿאַרפֿאַלן. דערצו, ליגנדיק גלאַט אַזױ קענען זײ אױך זײַן אַ סכּנה. למשל, אַ האַמער װאָס ליגט גלאַט אױף אַ טיש, אָדער אַװעקגעלײגט "צײַטװײַליק" אױף אַ פּאָליצע, װאָס מע האָט עס אײגנטלעך פֿאַרגעסן דאָרט, קען פֿאַלן עמעצן אױפֿן פֿוס." 

– "פֿונדעסטװעגן, זײַט איר בײדע גערעכט. מירן זײ אָפּטראָגן אַהין, און צום סוף פֿון דער אַרבעט, װעלן מיר זײ אַלע אײַנזאַמלען אױף אײן באַשטימטן אָרט און זײ דאָרט איבערלאָזן. מירן שאַפֿן פֿאַר זײ אַ פּאַסיקן אַלמער, און אַלע װעלן אױף װײַטער אַהין אָפּטראָגן די מכשירים. מאָרגן, – אַנטשולדיקט, מאָנטיק (װײַל פֿרײַטיק, שבת און זונטיק אַרבעטן מיר ניט), װעט איר זײ דאָרט געפֿינען. װאָס שײַך פֿאַר דאָ, װעל איך שױן זען אײַנצושאַפֿן נײַע מכשירים." 

נאָכן אָנקומען אין ברײטן פֿעלד װאָס װערט צוביסלעך פֿאַרװאַנדלט אין זײער נײַעם שטעטל בראשית, טײלט דער פּאַסטעך אױס די פֿאַרשײדענע פֿליכטן און אַרבעטן װאָס יעדע דאַרף זיך פֿאַרנעמען מיט דעם. 

די אַרבעט גײט װײַטער אָן בײַם אױסמעסטן, אױסשטעלן און צוגרײטן די יסודות פֿון די געבײַדעס און װאױן ערטער. בעת אַן הפֿסקה כּדי זיך אַ ביסל אָפּצורוען און טרינקען װאַסער, הײבט זיך אַן אַ װיכּוח צװישן חנה דיכטער [#7] און בלומקע זיסמאַן [#23], אױף װי גרױס די צימערן דאַרפֿן זײַן, און אין װעלכע ריכטונגען...

מירל פּערלמאַן [#16] מישט זיך אַרײַן און פּרובירט מאַכן צװישן זײ שלום.

– "נאַרישע מײדלעך װאָס איר זײַט. הערט אױף זיך צו קריגן. ס'איז נאָך צו פֿרי צו טראַכטן װעגן אַזעלכע זאַכן. דער פּאַסטעך האָט אונדז דאָך געזאָגט, אַז דערװײַלע װעלן מיר בלױז אױפֿשטעלן די יסודות פֿון די געבײַדעס. נאָך דעם, װעלן מיר זיך פֿאַרנעמען מיטן בױען זײער אױסערלעכן סטרוקטור, און ערשט נאָך דעם, װעט מען באַשטימען די אינעװײניקסטע אײַנטײלונג פֿון צימערן און װאױן-שטח... אַ חוץ פֿאַר דעם, װאָס נעמט איר זיך בכלל איבער? איר האָט דען בכלל באַשלאָסן צי איר פֿאַרבלײַבט דאָ װאױנען מיטן פּאַסטעך, צי ניט? – מיט אים חתונה צו האָבן? איך אַלײן האָב נאָך ניט באַשלאָסן..."

– "טאָ פֿאַרװאָס אַרבעטסטו מיט אַזױ פֿיל ענערגיע?" זאָגט חנה דיכטער [#7] . "איך האָב געזען, װי דו לױפֿסט אַרום, אַהער-אַהין און זאָרגסט זיך פֿאַר אַלץ און אַלעם װאָס שײַך די אַרבעט פֿון אױפֿשטעלן דעם שטעטל – אױב דו האָסט אַלײן אַפֿילו ניט באַשלאָסן דאָ איבערצובלײַבן...?"

– "איז קודם-כּל, אַרבעט איז אַרבעט. אַז מע הײבט אָן, דאַרף מען עס פֿאַרענדיקן. און אַז מע אַרבעט שױן, דאַרף מען דאָס טאָן גוט – יסודותדיק. אַזױ האָט מען מיר דערצױגן. נעמט דאָס אױך אָן װי אַ כּלל: אַרבעט גוט און מיט האַרץ. זײַט שטאָלץ פֿון אײַער אַרבעט. און די צװײטע סיבה איז, אַז איך װײס ניט װאָס דער מאָרגן װעט ברענגען, און איך האָב ניט באַשלאָסן צי איך פֿאַרבלײַב אָדער ניט, אָבער די דאָזיקע אַרבעט איז אַ גלענצענדע געלעגנהײט צו באַקענען זיך מיט נײַע זאַכן און נײַע טעכניקן."

– "אַ מענטש, און דער עיקר אַ פֿרױ, דאַרף אױסנוצן יעדע מעגלעכקײט צו װאַקסן אין אירע קענטשאַפֿטן. מיר טוען דאָ אַן אַרבעט װאָס געװײנטלעך װאָלט אַ פֿרױ זיך ניט פֿאַרנומען מיט דעם. אױב מיר גלײבן אױף אַן אמת אין אַ געװיסער אידעאָלאָגיע פֿון גלײַכקײט צװישן די מינים, אַז פֿרױען קענען און מוזן זײַן גלײַכע שותּפֿים װי מענער אױפֿן אַרבעטספּלאַץ – בײַ יעדער סאָרט אַרבעט, – מוזן מיר אױך טאָן אַפֿילו די שװערסטע און שמוציקסטע אַרבעט. קוקט זיך גאָר אָן, אײנע אױף דער אַנדערער: יענע װאָך זײַט איר געװען פּרימאַ-דאָנאַ נײטאָרינס, און הײַנט גראָבט איר אין דר'ערד, אינגאַנצן פֿאַרשװיצטע און פֿאַרשװאַרצטע..."

דערװײַלע, האָבן זיך אָנגעקליבן עטלעכע מײדלעך, – דער עיקר װען די שװאַנגערע ליבע סאָבאָל [#21] איז אָנגעקומען זײ באַזאָרגן מיט װאַסער און עפּעס זיס אָנצובײַסן. זײ קוקן זיך טאַקע אָן, און צעלאַכן זיך אַלע. דער פּאַסטעך זעט פֿון דער װײַטנס, װי עס שטײען אַ צאָל פֿרױען אָנגעזאַמלט, איז ער פֿאַרזאָרגט אַז אפֿשר איז עפּעס ניט גוט געשען, לױפֿט ער גיך צו.

– "צי איז אַלץ אין אָרדענונג? צי האָט זיך עמעצער צעקלאַפּט?" פֿרעגט ער.

מינדל קלערט פֿאַר אים אױף װאָס איז געשען, באַרואיקט ער זיך, און זאָגט אַזױ:

– "דאַנקען גאָט, ס'איז גאָרניט געשען. איך האָב שטאַרק מורא געהאַט... װאָס שײַך אײַער װיכּוח װעגן די געבײַדעס װאָס מיר שטעלן דאָ אױף: פֿון אָנהײב, װעלן די דאָזיקע ערשטע הײַזער דינען פֿאַר יעדן "הױז" װי אַ בנין װאו עס װעלן זיך צײַטװײַליק טײלן די צימערן די 5 אָדער 6 מײדן פֿון יעדער געצעלט. ערשט שפּעטער, װי נאָר עס װעט מעגלעך זײַן, װעט מען פֿאַר יעדער אײנער פֿון אײַך אױפֿשטעלן אַן אײגן הױז (מיט אַן אײגענעם הױף), לױט איר אײגענעם פּלאַן. די דאָזיקע ערשטע בנינים װעלן מיר דעמאָלט קענען פֿאַרװאַנדלען אין װאַרשטאַטן, ביוראָען, עקסטראַ צימערן לױט די באַדערפֿענישן, און אַזױ װײַטער..."

– "נו, גענוג געשטאַנען. ס'איז דאָך דאָ װאָס צו טאָן..."

די מײדלעך נעמען זיך צוריק צו דער אַרבעט. יעדע צו איר פֿאַרפֿליכטונג.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 7.2 אַ "גוירל"דיקער טאָג

פאָרויס צו: 7.4 – איינער פֿאַר אַל, און אַלע פֿאַר איין...
צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 7

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל